געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גוגל-הדור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:06 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו

שליחה דורך גוגל-הדור »

ווי דערמאנט דא בקצירת האומר: געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו

א באקאנטער ריאליטי שאוי פראדוצירער גרייט צו א ריאליטי שאוי וואס וועט פרעזענטירן די לעבנסשטייגער פון דריי געוועזענע חסידים (נאך איינס ווערט געזוכט) און ווי זיי קומען אריבער די שוועריגקייטן פארהאן אין די לעבנס אריבערגאנג פון די פרומע חסידישע געטא צו די סעקולארער אלגעמיינע וועלט. די פראדוצירער זוכן נאך אן אכסניא און פארשטייט זיך אליין אז די צייט פון די שאו איז נאך נישט קלאר.
דער פראדוצירער זוכט צו קאפיטאליזירן אויף די אלגעמיינער נייגער וואס הערשט אין די סעקולארער פרייע וועלט אויף וואס עס טוט זיך אפ אין די מער פארמאכטע געזעלשאפטן. ווי עס זעט מיר אויס האט דער פראדוצירער אויף געגעבן אויף צו טרעפן אמת'ער מיטגלידער אין די פארמאכטער חרדי'שער געזעלשאפט וואס זאלן גרייט זיין צו שטעלן זייער פריוואטע לעבן אויף טעלעוויזיע. דאס מערסטע וואס א חרדי'שער איד וואלט דערצו מסכים געווען איז א דוגמא ווי וואס הרב גינזבורג האט געטון מיט אפרא לעצטנס אבער דאס איז אויך נאר ווייל ער איז א חב"דניק און פון די שטאנדפונקט פון א חרד'ישן איד האט ער געטון אן עקסטרעמע זאך. לדוגמא, הרב גינזבורג אליין, וואס זוכט נאך אנצוהאלטן זיין לעגיטימקייט אין די חרד'ישע געזעלשאפט, האט זיך געדארפט באווארענען און מסביר זיין קלאר פאר דעם חרד'ישן עולם פארוואס ער און זיין ווייב האבן מסכים געווען צו דעם ברייטן אינטערוויו. אלס רעזולטאט פון די פארמאכטקייט איז דער פראדוצירער געצווינגען צו זעטיגן די נייגער איבער דעם חרדישן לעבנסשטייגער נאר מיט אזעלכע וואס האבן איר איבערגעלאזט.
די דריי געוועזענע חסידים וואס וועלן ערשיינען אין דעם פרעזענטאציע, אלעזר טווערסקי, פערל רייך, און שאול גראסמאן, זענען אלע אזעלכע וואס האבן נישט מורא פאר פובליסיטי און פאר קעמערעס אויך נישט און גלייכצייטיג איז זייער בליק אויף זייער אייגענעם חרד'ישן עבר נישט קיין פאזיטיווע.
אלעזר טווערסקי האט פאר א לאנגע צייט, פאר ער האט געטראפן זיין פענע, געזוכט צו מאכן פרנסה דורך עצה'נען האליוואוד קאמפאניס אויף צו קענען בעסער פרעזענטירן די חרד'ישע לעבענסשטייגער אן מאכן די געווענליכע עמאראצישע טעותים וואס מיר חרדים האבן דערפין ליב צו לאכן. אויף אן ענליכן ניווא איז ער יעצט ווייטער גרייט צו פרעזענטירן חרד'יזם פון זיין פערזענליכן קוק ווינקל, און אויב איז דער ארטיקל א רמז, וועט דאס נישט זיין צו גונסטליך פאר חרד'ישע אידנטום.
פערל רייך איז א שטרעבענדע מאדעלקע (נישט צניעות'דיגע בילדער) וואס איז אינדערמיט פון אן אנגייענדע משפחה מלחמה מיט אירע עלטערן און געוועזענעם מאן איבער א גט פאר זיך און קאסטאדי רעכטן איבער די קינדער, און רעליגיע איז די עיקר טעמע פון די מלחמה. ווי זי און איר יעצטיגן ליבע שאול גראסמאן האבן עפענטליך זיך מתווכח געווען מיט הרב שמואל בוטח אויף דעם דר. פיל שאוי, איז זייער דעה איבער דעם אידישן רעליגיע – בפרט אויף דעם אופן ווי דאס ווערט פראקטיצירט אין דעם חרד'ישן געזעלשאפט – שטארק נעגאטיוו.
שאול גראסמאן, חוץ פון דעם וואס ער איז דער איצטיגע ליבע פון פערל רייך, איז ער אויך אויף דעם שאוי בזכות עצמו. קודם איז ער געווען א וויכטיגער חלק פון דעם ויכוח וואס פערל רייך האט געפירט מיט הרב שמואל בוטח און דערצו איז ער שטארק באקאנט אין דעם חרד'ישן ציבור אלס די ניגונים וואס ער האט געהאלפן פארשידענע זינגערס אויסארבעטן. זיין אייגענעם ניגון, איך וויל זיין א רבי, איז געווען א סענזאציא אין די חרד'ישע גאס. אויב זענען די פובליצירטע בילדער פון שאולי מיט זיין ליבע פערי אן אינדיקאציע אויף וואס קומט וועט דאס זיין א גרויסע נסיון פאר די חרד'ישע ציבור זיך צירוקצוהאלטן פון קוקען דערויף.
לאה ווינצענט, א געוועזענע חרד'ישע פרוי וואס איז אויך א שרייבערקע, קלערט אז די ריאליטי פרעזענטאציע איז מעגליך א ווייטערדיגע שטאפל אין דעם רעוואלאציע וואס שאפט זיך יעצט פון די יוגנט וואס לאזט איבער דעם חרד'ישן חינוך און א באווייז אויף אנגייענדע מאמענטום פאר די מערכה. בשעה וואס אין ניו יארק מעגעזין קוקען זיי אויף דעם החלטה צו מאכן דעם איצטיגען פרעזענטאציע ווי א סימפטאם פון ליידיגיין עד כדי כך אז זיי האבן שוין נישט געטראפן וואס צו טון נאר מאכן א פרעזענטאציע אויף אזא אומאינטרעסאנטע טעמע ווי חרד'ישע אידן. נאך אינטרעסאנטער איז מיר געווען ווי איך האב געקלערט אז די בעסטע פיש וואס דער פראדיצירער האט געכאפט ביזדערווייל איז פערל רייך בשעה וואס די שרייבערקער אין ניו יארק מעגעזין האט זיך שוין אנגעקלערט אז אויב וועט דער שאוי זיין אינטרעסאנט איז דאס נאר א דאנק טווערסקי'ן! גיי פארשטיי... די שרייבערקערס אין ניו יארק מעגעזין זענען נישט מער און נישט ווייניגער נאר פאלטיטשאנער חסידים!

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר