שטותים. ווער רייסט אונטער? רוב שרייען אז דער סנאודאון איז א טרעיטאר. פלאס וואס בוש האט נישט געטון אקוראט וואס אבאמא טוט, ס'געווען אויף א קלענערע פארנעם, אבער דאס איז בעסיידס.
מאראנצןזאפט האט געשריבן:וי פארשטענדליך הערט נישט די רעגירונג פאקטיש אויס אלע טעלעפאן רופן, ווייל פאר אזא פראיעקט וואלט מען געדארפט עטליכע הונדערט מיליאן ארבייטער 24 שעה א טאג. עס ווערט אוועקגעלייגט דאטא און גענוצט אין פאל נויטיג.
עס ווערט נישט נאר אוועקגעלייגט; עס ווערט אויסגעהערט דורך וואוס-טו-טעקסט סאופטווער (ווער מיינסטו האט ערפינדען די טעכנאלאגיע?) וואס זיכט פאר געוויסע ווערטער און פראזן. איינמאל עס טרעפט עפעס פארדעכטיגט, ווערט די אימעיל אדער פאון-רוף אוועקגעשטעלט פאר א לעבעדיגע אגענט פאר גרינטליכע אויספארשונג.