טעראר אטאקע אין לאנדאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

טעראר אטאקע אין לאנדאן

שליחה דורך לאליפאפ »

א שרעקליכע אטאקע איז פארגעקומען געציילטע שעות צוריק אויף די גאסן אין Woolwich אין דרום מזרח לאנדאן.

א בריטישער סאלדאט האט ארויסשפאצירט פון זיין באראקן באזע אין לאנדאן. וואו עדות געבן אן, האבן די צוויי שווארצע חברה קודם אראגעהאקט דעם סאלדאט מיט זייער קאר, און דערנאך זענען זיי ארויסגעשפרינגען מיט לאנגע מעסערס און א האנט ביקס, נעמנדיג זיך שטעכן דעם סאלדאט וועלכע איז געווען אין זיינע צוואנציגער יארן. זיי האבן געשניטן שטיקער אין זיין גאנצן קערפער און אין זיין האלדז, וואו איינער פון די ביישויער האט זיך אויסגעדריקט ״וואו ער וואלט געווען א שטיקל פלייש״. פארשטייט זיך אז ער איז אומגעקומען אויפן ארט, און די פאראמעדיקס פון די העליקאפטער האבן שוין נישט געהאט וואס צו טון. בי בי סי האט באריכטעט אז די אטאקירער האבן געשריגן ״אללא אקבאר״ בשעת די אטאקע. ווען זיי זענען פארטיג געווארן מיט דעם סאלדאט האבן זיי זיך גענומען ארומלויפן אויפן גאס, בעטנדיג די דורכגייער צו נעמען בילדער ווי זיי פאוזן מיט די מאטשעטן נעבן דעם צוקאליעטשטן קערפער. אזוי האבן זיי געטון ביז די פאליציי איז אנגעקומען. ווען די ערשטע פאליציי קאר איז אנגעקומען אויף די סצענע, זענען זיי צוגעלאפן מיטן ביקס און מיט די מאטשעטן מעסערס אין ריכטונג פון די הילפסלייט, ווי פארשענדליך זענען זיי באלד דערשאסן געווארן צום טויט.

פרעמיער דעוויד קאמאראן האט געזאגט אין א פרעס קאנפערענץ אז ענגלאנד וועט דאס באהאנדלען ווי טעראר. און די פרעמיער קערט זיך יעצט אום מיט זיין פליגער קיין לאנדאן לאור די אטאקע. סאיז מיר נישט באקאנט ווי ער איז געווען.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר