די מיסטעריעזע מארד פון הבחור חיים ווייס הי"ד, תשמ"ז

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

די מיסטעריעזע מארד פון הבחור חיים ווייס הי"ד, תשמ"ז

שליחה דורך יאנקל »

די פאליציי האט היינט געמאלדן אז זיי האבן פריש געעפנט די קעיס פון דעם פופצן-יעריגן בחור חיים ווייס, וועלכער איז אומגעברענגט געווארן אין יאר תשמ"ז, נאוועמבער 1, 1986, אין זיין בעט אין דער דארמיטאריע פון ישיבה מתיבתא אוו לאנג ביעטש. ליידער האט די פאליציי נישט קיין שום שפורן פון דעם מערדער, און דעריבער האבן זיי היינט פארעפנטליכט א פרישן אויפרוף אז ווער עס האט אינפארמאציע איבער דעם מיסטעריעזן קעיס זאל זיך ביטע אנרופן.

די געשיכטע איז גאר אינטערעסאנט, און לייענט זיך ווי דער שויפלאץ (סעטינג) פון א שפאנענדע מיסטעריע-געשיכטע. שבת אינדערפרי פון נאוועמבער 1, 1986, צווישן 7 און 8 אזייגער, איז חיים אנטדעקט געווארן טויט אין זיין שטוב אין דער דארמיטאריע פון דער מתיבתא. חיים איז געלעגן אויף דער ערד, און זיינע פיס זענען געווען ארויפגעלייגט אויף זיין בעט. זיין מוח-שארב איז געווען צעשמעטערט, און א פאלמעסונג האט באשטעטיגט אז ער איז אויך געווען צעשטאכן מיט א שארפן אביעקט.

אין שטוב האט געברענט א נשמה-ליכט, און דער פענסטער איז געווען אביסל אפן - כאטש עס איז געווען א קאלטע נאכט. לויט זיינע חברים אין דער מתיבתא איז חיים געווען אן אויסגעצייכנטער תלמיד. אין ישיבה איז געווען א כבוד פאר די אויסגעצייכנטע תלמידים צו שלאפן אליין אין אן אייגענעם שטוב, און חיים איז געשלאפן אליין אין זיין שטוב.

אויטאריטעטן האבן נישט געטראפן קיין שום באווייזן פון א רויבעריי, ********* אנגריף, אדער אז איינער זאל זיך האבן איינגעבראכן אין דעם בנין. די דארמיטאריע האט פארמאגט אן עלעקטראנישן קאמבינאציע שלאס אויף ביידע טירן, און אלע תלמידים האבן געוואוסט די קאמבינאציע. עס איז נישט געווען קיין סיבה צו גלייבן אז א טיר זאל האבן געבליבן אפן יענע נאכט. קיינער האט נישט געוואוסט פון קיין שונאים וואס חיים זאל האבן, אבער טייל האבן געזאגט אז ער האט געהאט א שארפן צונג, און האט זיך מעגליך צעקריגט מיט איינעם.
פאליציי האבן באשטעטיגט אז חיימ'ס קערפער איז צוערשט געלעגן פלאך אויף דעם בעט פאר כאטש 45 מינוט, און ערשט נאכדעם איז עס אראפגעלייגט געווארן אויף דער ערד. אן עף-בי-איי באריכט האט געשריבן: "דער פארברעכער האט געדארפט זיין גענוג נאנט צו וויסן אז ווייס' קערפער איז נאך נישט אנטדעקט געווארן, פאר'ן זיך צוריקקערן צו דער סצענע..."

עס איז נישט געהערט געווארן קיין שום קול פון זיך ראנגלען, וואס שטיצט דער געדאנק אז חיים איז געשלאפן ווען ער איז געווארן אטאקירט. פאליציי האבן געגלייבט אז דער מערדער האט גוט געקענט די ישיבה'ס רוטין און דער אויסשטעל פון דעם בנין. אבער פון דער אנדערער זייט האט דער דאקטאר וואס האט באריכטעט חיימ'ס פאלמעסונג-דעטאלן איבערגעגעבן אז די וואונדן זענען געווען כמעט אידענטיש צו צוויי אנדערע אטאקעס אין דעם געגנט פאר חיימ'ס מארד.

אלע תלמידים וועלכע זענען געווען אין דער דארמיטאריע יענע נאכט זענען סוקסעספול דורכגעגאנגען פאליגראף טעסטס.

(א גרויס טייל פון די דעטאלן האב איך צוזאמענגעקליבן פון דא, א שמועס וואס איז אנגעגאנגען פאר די לעצטע צען יאר, וואו מענטשן וועלכע האבן מיטגעהאלטן די פרשה פון דער נאנט האבן מיטגעטיילט אינפארמאציע.)

בילד
חיים ווייס

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר