דורך שלשלת » זונטאג יוני 30, 2013 4:05 pm
א העליקאפטער וואס איז געפלויגן אויף א סייט-סיאינג טריפ, האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אינעם האדסאן ריווער, ביי 79 סטריט, נאך וואס עס האט זיך געמאכט מעכאנישע פראבלעמן אינמיטן פליען.
זייענדיג א זומערדיגע זונטאג פארמיטאג, ווען די גאסן און די וואסער זענען פיל מיט מענטשן, האבן אסאך מיטגעהאלטן די סצענע, ווי די העליקאפטער מאכט דעם "ספלעש" אריין אין ים.
עטליכע ציווילע מענטשן, מיט זייערע קליינע פריוואטע שיפלעך און דזשעט סקיס, זענען געווען די ערשטע אנצוקומען צום העליקאפטער, און האבן באוויזן ארויס צו ראטעווען די פילאט מיט פיר פאסאזשירן - צוויי ערוואקסענע און צוויי קינדער, טוריסטן פון שוועדן - וועלכע זענען אלע געווען און א גוטע צושטאנד, האבנדיג אפגעקומען מיט בלויז שרעק.
די העליקאפטער איז דאן צוגעפירט געווארן צום העלי-פארט אויף וועסט 30 סטריט.
- בייגעלייגטע פיילס
-

- Copter 2.JPG (38.9 KiB) געזען געווארן 2456 מאל
-

- Copter 1.JPG (87.01 KiB) געזען געווארן 2456 מאל
-

- Copter 3.jpg (99.75 KiB) געזען געווארן 2456 מאל
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען