מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

שליחה דורך שעפטל »

קול מלחמה במחנה!

א עקסטאז פון גרייטקייט און אנטשלאסנקייט הערשט ביי שלומי אמוני ישראל אין אמעריקא, זיך גרייטנדיג צום ריזיגן עצרת מחאה אדירה וואס דאס יהדות הגולה וועט אפרעכטן בס"ד ווען טויזנטער אידן וועלן אי"ה אויסשרייען א היליכגער פראטעסט קעגן די רשעי ישראל אין די מדינה של שמד וועלכע זוכן אויסצו'שמד'ן דעם חרדישן אידנטום, מיטן ארויפצווינגען צו גיין אין זייער טמאנעם מיליטער מיט א סטראשונג פון תפיסות, מיט א ציהל צו אונטערדרוקן די ערליכע אידן און ברענגען צו ענדע די גאנצע חרדישע אידנטום אין אר"י חס מלהזכיר, היו לא תהיה.

אין די צייט וואס דאהי איז די הכרזת מלחמה אויפגענומען געווארן מיט א אש קודש, איז אין ארץ ישראל די נייעס אויפגענומען געווארן מיט א גרויס שמחה, אז דער ווייגעשריי פון די אידן וועלכע שטייען אויף אזא שווערע פראנט איז שוין ב"ה דערהערט געווארן אין אמעריקא און עס איז שוין אונטערגענומען געווארן די ריכטיגע שטאנדהאפטע שריט אויפצושטורעמען די וועלט איבער די ביטערע מצב.

מערערע גדולי ישראל ובתוכם גדולי רבני העדה החרדית האבן היינט אפגעהאלטן ספעציעלע רופן צו כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א מחזק צו זיין די מערכה וואס איז אויסגערופן געווארן, און באזונדער איז אנגעקומען געשריבענע בריוון פון מערערע גדולי הדור, פון הגאון הגדול ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבה הרמה דלאנדאן, און פון הגאון ר' משולם דוד הלוי סולווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק, און מיט אים אויך הגאון ר' מאיר סולווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק וועלכע שרייבן גאר גאר הייסע און ווארימע ווערטער צום יהדות הגולה קעגנצוקומען דעם רוף און אויפשטורעמען די וועלט, נישט צו שטיין גלייכגילטיג אין אזא צייט ווען די רשעים שארפן זיך די ציין אויף גזירות וואס מען האט שוין יארן אזאנס נישט מיטגעמאכט.

אין די טעג וואס דער ווינט אין די גאס ווערט מער און מער אינגעהייצט זיך צוצושטעלן צום גרויסארטיגען קול מלחמה, האבן עטליכע ראשי שיבות פון איבער ניו יארק און ניו דשערזי זיך געוואנדן צו מרן אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א פערזענליך מיט א בקשה אפצורוקן דעם פראטעסט ביז זונטאג פ' חקת הבעל"ט כדימען זאל פילפאכיג מער קענען ארויסברענגען דעם ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן און דער וויי-געשריי זאל דערהערט ווערן מיט א שטארקייט.

דערפאר האט טאקע מרן אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א אפגערוקט דעם זמן אויפ'ן קומענדיגן זונטאג ווען כל הגולה כמדורת אש וועלן זיך ארויסשטעלן אין די גאסן פון ניו יארק אן אויסשרייען דעם קול מלחמה אקעגן די ציוניסטי'שע רדיפות הדת ר"ל.

נעכטן במשך די גאנצע טאג פארגעקומען אסיפות פון מערערע ראשי עסקנים אינאיינעם מיט די עסקנים פונעם ועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר, און די גאנצע טאג איז פארגעקומען יעדע שעה נאך פרישע אנטוויקלונגען און צוגרייטונגען, און די פלענער לויפן אויף פאראויס צו זיין גרייט מיטן פראגראם און מיט אלע דעטאלן פון דעם מפגן האדיר.

אין קרית יואל איז פארקומען א עפענטליכע אסיפת עסקנים נעכטן נאכט אין ביהמ"ד הגדול וואו אלע עסקנים וואס זענען גרייט צוצוהעלפן צום סוקסעס פון דעם קידוש שם שמים זענען געלאנדט געווארן אנטיילצונעמען, און האבן ערהאלטן פאזיציעס אינעם מערכת סיי מיט די הכנות און אזוי אויך אויף בשעת מעשה.

אויך אין בארא פארק איז נעכטן פארגעקומען א אסיפה אין כולל דברי יואל דסאטמאר וואו די עסקנים האבן זיך צוטיילט מיט די ארבעט וואס איז שוין ארויס אין גאנג, און אין וומסב"ג גרייטן זיך די ראשי עסקנים ארויסצוקומען מארגן פארמיטאג מיט א אסיפה פאר אלע עסקנים וואס וועלן ארויסהעלפן צום פראטעסט.

אין די יעצטיגע שעה'ן קומט פאר באראטונגען און אסיפות מיט רבנים פון מערערע קהילות קדושות בישראל איבער דאס השתתפות אינאיינעם מיט די טויזנטער אידן וואס וועלן בעז"ה ארויסקומען אין די מאסן פארנט פונעם ציוניסטישן קאנסולאט און דעמאנסטרירן די ווייגעשריי פונעם גאנצן חרדישן אידנטום קעגן די ציוניסטישע חוטאים ומחטיאים.

ביי א זיצונג וואס איז היינט פארמיטאג פארגעקומען צווישן די ראשי העסקנים וועלכע שטייען אין שפיץ פון די מאסיווע הכנות צום ריזיגן מאסן דעמאנסטראציע, איז יעצט באשטימט געווארן אז דער מקום של קידוש שם שמים בחוצות העיר וועט זיין ביים גרויסן סקווער אויף 26 פעדעראל פלאזא, אין לויער מאנהעטן, וואו עס וועט דערהערט ווערן קבל תבל ומלואה אויף א היסטאריש-הילכיגער פארנעם דער קול מחאה פונעם יהדות החרדית קעגן די ציוניססטישע אונטערדרוקונג.ווי באקאנט איז געווען אין פלאן דאס אפצורעכטן מיטוואך אויפן טראדיציאנאלן אופן פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט, אבער זינט דער עצרת איז נעכטן נאכט באשטימט געווארן אויף קומענדיגן זונטאג, האבן די עסקנים אנגעהויבן זוכן א נייער פאסיגער ריזיגער פלאץ, סיי צוליב די ערווארטונג פון א פילע מאסן פון שווערע טויזנטער אידן פון איבער נוי יארק און נוי דשערסי בעז"ה, און סיי צוליב וואס זונטאג וועט פארקומען אין מאנהעטן א גויאישע פאראדע וואס נעמט אריין ווילדע עלעמענטן, און צוליב זיכערהייט און צניעות אנגעלעגנהייטן איז באשלאסן געווארן אז יענער מקום וועט נישט זיין פאסיג, און אצינד קומט די נייעס פון די עסקנים אז ביים יעצטיגן זיצונג האבן זיי ענדגילטיג באשטעטיגט דעם נייעם פלאץ וועלכע איז בס"ד גאר געאייגענט פאר אזא מעכטיגער מעמד קידוש שם שמים, ביים סקווער פון 26 פעדעראל פלאזא, אשר משם תצא קול מחאה לכל העולם כולו!די שפאנונג וואקסט, די הכנות לויפן אויף פאראויס, לקדש שם שמים.

-כולנו למחלמה, איש בל יעדר, לקדש, שם, שמים!!!!-

קרעדיט: בחצרות סאטמאר BechatsrosSatmar@Gmail.com
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 508 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר