נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:42 pm

ס'מיינט א שבת התועדות, זאת חתונה מסיבה וכו'.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8445 מאל

הודעהדורך מבשר ואומר » מאנטאג יוני 17, 2013 10:00 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:
און צו @מבשר ואומר, סתם אן הערה'לע, איר האט אמאל געמאלדען וועגן עפעס א נייע ישיבה. ס'עפעס געווארן פון יענע שלאפלאזע חלום?

ליידער גארנישט געווארן.
מבשר ואומר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 01, 2012 1:42 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך אוהב ספרים » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:44 am

חלום חלמתי והמ"י וד"ל
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 398
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:44 am

אוהב ספרים האט געשריבן:חלום חלמתי והמ"י וד"ל

נא לפענח.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8445 מאל

נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס

הודעהדורך חוקר ודורש » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 9:56 pm

ליידער קומט אריין די נייעס אז ישיבת נהרדעא וועט זיך נישט עפענען נעקסטן זמן חודש תשרי, צוליב א מאנגל אין געלט, א גרויסע שאד, נהרדעא איז א אייגענארטיגע מקום ווי מאיז זיך קונה א מורה דרך א מורם מעם א בקי בש״ס ופוסקים אזוי אויך איז ער א ידען בתורה ומדע, קוקט אין זיין ספר דעת קנית על התורה אין אויך אין זיין ענגלישע ספר אדון הנפלאות ב׳ חלקים, ער האט עכט געוואלט ממשיך זיין אבער ההכרח לא יגונה, הרב גיפס איז נישט פארכאפט אין עקסטרעמוזים עכ״פ נישט אזוי ווי רוב אנדערע, ער האט געלאזט די בחורים שפילען בעס-באל אין קעמפ וכו׳, די ישיבה געהערט נישט צו קיין חסידות נאר א ריינע מקום תורה ויראה, הרב גיפס קומט פון באבוב און זעט די מחלוקת דארט עפעס וואס האט אים אפגעקילט פון באבוב זאגענדיג אז די עיקר ביי רבי שלמה׳לע איז געווען שלום ואם אין שלום אין כלום, די ישיבה שטייט קוים זעקס יאר, א שאד ער איז נישט פארבליבען אין ספינקא כולל איך מיין ער איז געווען בעסער דארט.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 272
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

Re: נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס

הודעהדורך טמיר » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:26 pm

טאקע א שאד. איך האב געהעריג אפאר פון זיינע דרשות פאר בחורים. עס זענען נישטא נאך אזאלכע ראשי ישיבות וואס רעדן צי די בחורים אין זייער שפראך און אזוי צי די זאך
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 534 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:17 am

יעצט מברר געווען ביי איינגעשטעלטע. די סיבה איז נישט געלט, נאר א מאנגל אין בחורים. די ישיבה האט עפעס נישט קיין געלונגענע נאמען און ער האט פשוט נישט גענוג בחורים אנצוהייבן דעם נייעם זמן.

עס איז נאכאלץ א גרויסע שאד, ער איז גאר א וואוילער מענטש, א גרויסע תלמוד חכם מיט שכל און פארשטאנד צו יעדן בחור, סבלנות צו יעדעם און א מורא'דיגע כוח הדיבור. זיינע יוצאים האלטן זיך גאר שטארק נאנט מיט אים.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2063
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

Re: נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס

הודעהדורך חוקר ודורש » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:29 am

http://cloud.tapatalk.com/s/5d66106960892/AUDIO-2019-08-27-20-39-58.mp3
דא קענט איר הערן פון הרב גיפס אליין אז די אנגעבליכע סיבה איז צוליב חובות פון געלט, נאר אויב ער וואלט געהאט מער בחורים וואלט ער געקענט גרינגער דעקן די חובות.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 272
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:14 am

דאס אז די ישיבה פארמאכט זיך איז א ראיה אז מען קען נישט מאכן א ישיבה אנדערש ווי די אנדערע, ווייל די וועסט נישט האבן קיין בחורים. דער רגע מען נעמט אהן יעדעם, קומט נישט קיינער. זכר לדבר, שמעלקע לייפער
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:29 am

חוקר ודורש האט געשריבן:http://cloud.tapatalk.com/s/5d66106960892/AUDIO-2019-08-27-20-39-58.mp3
דא קענט איר הערן פון הרב גיפס אליין אז די אנגעבליכע סיבה איז צוליב חובות פון געלט, נאר אויב ער וואלט געהאט מער בחורים וואלט ער געקענט גרינגער דעקן די חובות.

די אנגעבליכע סיבה איז בחורים, נאר די תירוץ איז געלט...

ער האט ריזיגע עשירים וואס דאווענען ביי אים יעדע וואך, זיי זענען גרייט זיך צו לאזן קאסטן אנלימיטעד. ער האט יעצט געענדיגט א הערליכע בילדינג אין סטעטן איילענד פאר די ישיבה. געלט איז נישט געווען זיין אישו.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2063
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:31 am

אישתישבי האט געשריבן:דאס אז די ישיבה פארמאכט זיך איז א ראיה אז מען קען נישט מאכן א ישיבה אנדערש ווי די אנדערע, ווייל די וועסט נישט האבן קיין בחורים. דער רגע מען נעמט אהן יעדעם, קומט נישט קיינער. זכר לדבר, שמעלקע לייפער

ער האט נישט אנגענומען יעדעם! ער האט געהאט פיינע בחורים נאר פון בעלי בתישע שטיבער. זיין ישיבה איז אויף די זעלבע סטייל ווי משה ווייס און געלדצעלער - בימים ההם. ר' משה ווייס גייט שוין אן יארן מיט דעם סיסטעם, און פאר גיפס איז עס פונקט נישט געלונגען.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2063
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 10:44 am

א פלא, ווייל ס׳איז באמת דא א מאנגל אין ישיבות דאהי אין אמעריקא. ובפרט פאר דער חסידישער עולם. קיין ארץ ישראל שיקט מען שוין מער נישט אזוי גיך. וליותר פלא, פאר אינגערער בחורים איז דא ישיבות לרוב. ופלא הוא.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס

הודעהדורך חוקר ודורש » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:47 pm

הרב גיפס האט געוואלט איינפירען א ישיבה ווי אמאל מיט א קשר בין רב ותלמיד (הרב גיפס שטאמט פון אונגארין נישט פון גאליציע, זיין זיידע איז געווען א תלמיד פון בעל נאות דשא מנייטרא) ער איז געווען אין ישיבה פון אכט אזייגער אינדערפרי ביז אכטע פארנאכטס, ער האט זיך אראפגעלאזט צו די בחורים און גערעדט צו זיי כדבר איש את רעהו, ער איז אין אנהייב געווען די ראש ישיבה, מנהל, משגיח, מגיד שיעור, פארהערער, אלעס אינאיינעם, שפעטער האט ער טאקע אפגענומען א משגיח און מנהל, אבער ער איז געבליבען די עיקר זאך, נאר ער האט פארגעלערנט, פאר שיעור עיון האט ער פארציילט נפלאות הבורא, נאכדעם פארגעלערנט די שיעור עיון ביים שיעור האט ער משלב געווען למדנות מיט הלכה, דאס איז שוין נאך א פארטאגס שיעור אין גמרא פאר בעלי בתים, ער איז אויפגעשטאנען יעדן טאג דריי פיר אזייגער זיך צו פארקוקן די שיעור עיון, סוף סדר עיון האט ער פארגעלערנט א מוסר ספר, ער האט דורך געלערנט מיט די בחורים חובות הלבבות, מסילת ישרים, חובת התלמידים, נתיב התורה פונעם מהר״ל, ספר הכוזרי! ועוד, צוויי טעג א וואך האט ער אויך געגעבן א שיעור אויף די סדר בקיאות, בין גברא לגברא איז ער געווען פארנומען מיט שלום בית אישוס און מיטן פירן א קהילה דאנערשטאג איז ער געלאפען געבן אן הלכה שיעור אין ספינקא כולל, און שפעטער באנאכט האט ער ווידער פארגעלערנט משנה ברורה לפי סדר דרשו, פרייטאג האט ער געגעבן א שיעור אויף אונטערסאנטע ענינים געבויט אויפן פרשת השבוע, ער טייפט אליין אפ כמעט אלע זיינע שיעורים, כל כולו תורה אין הרבצת התורה, דאס אלעס האט געלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די בחורים. דאס איז נישט די ערשטע רב ותלמיד ישיבה זיך צו פארמאכען נאך אפאר יאר על אדמת אמעריקא, די זעלבע האט פאסירט (איינער לענגער איינער קערצער) מיטן אודווארי רב, פאיע רב, סאלקע רב, קיוויאשד׳ע רב, קראסנא רב ועוד, כולם ז״ל, והבלח״א וואודרידזש׳ע רב, רבי אהרן קראוס, טענקא רב, פריימאן׳ע רב, טשאטע רב רבי שמעלקא לייפער ועוד, און יעצט קען מען צולייגען הרב גיפס צום ליסטע, פארוואס טאקע ארבעט עס נישט, צוליב געלט אדער אן אנדערע סיבה, לאז איך איבער פאר א צווייטען צו שרייבען.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 272
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך יישר כח באשעפער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:40 pm

ווער איז דאס הרב גיפס א בייגראפיע איבער אים ביטע
יישר כח באשעפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 28, 2019 11:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך יב הלוי סאלאווייטשיק » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 12:59 am

נאך א אינדיקעטער אויף ווי ווייט טויסטעד אינזער עולם איז; סעפענט שוין יא איינער א ישיבה אוועק צישטעלן געזינטע בחורים אין יונגעלייט; האט ער נישט קיין בחורים….
אינז וועלען ווייטער שיקן צי אלכסנדר נייפעסט אין קראנק מאכן די יוגענד אדער צי משה ווייס ווייל דעיס איז די סטייל יעצט וכדומה
צי שיקן א בחור צי א ישובה ווייל די ראש ישיבה דארט וועט אים אוועק שטעלן פארן לעבן - מאן דכר שמיה
אינז זענען ווערט אינזער סיסטעים ודי בזה…


איין פשוטע נקודה נהורדעא איז נאר געוון א ישיבה גדולה אן א ישיבה קטנה וואס דעיס איז אלץ שווער צי האלטן; זאל ער יעצט אנהויבן פין אינטען ארויף
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 10:46 am

פארוואס אבער זענען ישיבות גדולות שווערער אנצוהאלטן ווי מתיבתות פאר בחורים׳לעך. אין ברוקלין געפונען זיך ישיבות לרוב, מסתם 25 אדער נאכמער, אבער זיבעציג פראצענט פון זיי זענען נאר פאר ביז די זעכצן-זיבעצן יאר אלט. פאהרט מען דען אזוי פיעל נאך אלץ קיין ארץ ישראל? ווי אהין פארט מען דען ? ישיבת מיר האט דאך נישט קיין צורה פון א ישיבה, און די אלע וואנעבי ישיבות זענען נאר דא לפנים, נישט אנדערש ווי די ארץ ישראלדיגע מיידלעך סעמינארן. טשעבין איז גאנץ פיין.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

הודעהדורך yerushalmi » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 1:53 pm

תורה ומדע האט געשריבן:פארוואס אבער זענען ישיבות גדולות שווערער אנצוהאלטן ווי מתיבתות פאר בחורים׳לעך. אין ברוקלין געפונען זיך ישיבות לרוב, מסתם 25 אדער נאכמער, אבער זיבעציג פראצענט פון זיי זענען נאר פאר ביז די זעכצן-זיבעצן יאר אלט. פאהרט מען דען אזוי פיעל נאך אלץ קיין ארץ ישראל? ווי אהין פארט מען דען ? ישיבת מיר האט דאך נישט קיין צורה פון א ישיבה, און די אלע וואנעבי ישיבות זענען נאר דא לפנים, נישט אנדערש ווי די ארץ ישראלדיגע מיידלעך סעמינארן. טשעבין איז גאנץ פיין.

ווער זאגט אז א 20 יעריגן בחור דארף א ישיבה מיט א צורה ישיבת מיר איז פערפעקט פאר אן עלטערן בחור.
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:46 pm

yerushalmi האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:פארוואס אבער זענען ישיבות גדולות שווערער אנצוהאלטן ווי מתיבתות פאר בחורים׳לעך. אין ברוקלין געפונען זיך ישיבות לרוב, מסתם 25 אדער נאכמער, אבער זיבעציג פראצענט פון זיי זענען נאר פאר ביז די זעכצן-זיבעצן יאר אלט. פאהרט מען דען אזוי פיעל נאך אלץ קיין ארץ ישראל? ווי אהין פארט מען דען ? ישיבת מיר האט דאך נישט קיין צורה פון א ישיבה, און די אלע וואנעבי ישיבות זענען נאר דא לפנים, נישט אנדערש ווי די ארץ ישראלדיגע מיידלעך סעמינארן. טשעבין איז גאנץ פיין.

ווער זאגט אז א 20 יעריגן בחור דארף א ישיבה מיט א צורה ישיבת מיר איז פערפעקט פאר אן עלטערן בחור.

יש ויש. בדרך כלל שטייגט א בחור אין א ישיבה וועלכער שטעלט צו אשל מלא אויפן פלאץ, מיט סדרים און שעורים כסדרן און א משגיח צום ריידן א גאנצער זמן בלי הפסק אזוי ווי אין פאניעוועזש, טעלז, סלובודקא, באבוב, סאטמר, גייטסהעד, בעלז, פאפא, און אנדערע. די מיר מיט ד- דירות וכו׳ איז הפקר היינט כידוע לכל בר בירב. עס זענען פארהאנען א מיעט פון בחורים וועלכער שטייגען דייקן פון אי סדר. ספיציעל איידער די צוואנציג יאהר.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:40 pm

אונטערסאנט אז אין ארץ ישראל איז אויך דא א ישיבה בשם ״נהרדעא״, עס איז א ישיבה ״חרדית תיכונית״, ווי עס שטייט אויף זייער וועבזייט אז ״החזון הוא:
גידול תלמידי החכמים של הדור הבא בהרחבת הדעת, תוך פיתוח האישיות והמיומנויות של כל תלמיד לאהבת תורה ויישום הליכותיה בחיי המעשה״, און רבי ברוך לנדאו דער ר״י שרייבט, המטרה שלנו: להביא כל תלמיד למימוש הפוטנציאל העצמי הן בלימודי הקודש והן בלימודים הכלליים ברמה הגבוהה ביותר, בדגש על יראת שמים ומידות טובות".
אין ארץ ישראל זענען דא אסאך אזעלכע ליטווישע ישיבות פאר חרדים, (אין אמעריקא איז דא די ליטווישע ישיבות נר ישראל אין באלטימאר ווי סאיז דא א קאלעדזש לצד די ישיבה, וואס נאך?), לדוגמה ישיבות מערבא, נהורא, חדוות התורה ועוד, די אלע זענען גאנץ נייע ישיבות אחוץ פונעם באקאנטן ישיבה ״הישוב החדש״, וואס איז נתייסוד געווארן בשנת תרצ״ז דורך הגאון הגדול רבי משה אביגדור עמיאל וואס איז געווען א שטארקע מזרחי, אבער מיט די יארן איז עס געווארן מער א חרדישע ישיבה, פארשטייט זיך נישט מענסטרים, למשל דער יעצטיגע רב הראשי הרב דוד לאו האט דארט געלערנט, הרב שך איז דארט געווען א שטיק צייט א מגיד שיעור, אבער דער חזון איש האט געפירט א שטארקע מלחמה קעגן די ישיבה און ארויסגעשלעפט הרב שך פון דארט, וואס האט עווענטואל געפירט ער זאל ווערן דער מנהיג ביים ליטווישן ציבור, אויך האט דער חזון איש פון דארט ארויסגעשלעפט הגאון הגדול איש משכיל ונבון רבי גדליה נדל וואס איז געווארן פון זיין גרעסטע תלמידים אבער געבליבן מיטן אפענע קאפ, אבער אויב בשעתה איז עס געווען אפגעפרעגט ביים חזון איש ועוד גדולי ישראל דוגמת רבי חיים עוזר, האט זיין ממשיך דרכו הרב שטיינמן געגעבן אן הסכמה פאר רבי מנחם בומבך אפצומאכן אזא ישיבה (אסאך זאכן זעהט מען אז קודם איז עס געווען אפגעפרעגט און צובסליך איז עס אריינגעקומן אזוי ווי ״בילדער פון גדולי ישראל״)אבער ער זאל עס נישט רופן בשם ״ישיבה״ וכך הוה, דאס איז דעם באקאנטן ״מדרשה החסידית אין ביתר עילית וואס ווערט אנגעפירט דורך ר׳ מנחם בומבך, ווי מען קען אריינגיין ביי די דרייצען יאר און ארויסקומען ביי די אכצען, וואס איז דער איינציגסטע געהעריגע חסידישע ישיבה תיכונית וואס איך ווייס פון, (אין בארא פארק איז דא איינס צוויי ישיבות ווי מען לערנט אביסל לימודי חול) ווי אחוץ גמרא לערנט מען תנ"ך, הלכה, סוגיות בפרשיות השבוע, סוגיות יסוד במחשבת ישראל ועיון בתורת ובתולדות החסידות, בנוסף צו לימודי חול, הלוואי זאל שוין קומען די טאג וואס אזעלכע ישיבות זאלן נתרבה ווערן איבראל לצורך הזמן והשעה בהסכמת גדולי ישראל, ביי ישיבות קטנות סיי גדולות, און ניין עס זאל נישט הייסן א שוואכע ישיבה נאר א ישיבה של תורה ומדע עם דרך ארץ, און זאל דער עילוי וואס נפשו חשקה רק התורה בלייבען ווי ער איז אין ישיבות אלכסנדר צו ביי רבי מרדכי בעק צו אין בריסק און שלום על ישראל.



Sent from my iPhone using Tapatalk


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 272
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט