דורך מבשר ואומר » מיטוואך יוני 12, 2013 9:42 pm
די נייע ישיבה פון הג"ר יצחק זלמן גיפס שליט"א וועט אי"ה שאפן א רעוואלוציע ביים עולם התורה. דער חשוב'ער ראש ישיבה איז שוין בארימט גאר אסאך יארן מיט זיין תורה ועבודה, און אויך מיט זיין שכל הישר און אינטעליגענץ. אין אזא שווערע תקופה ווי היינט איז הגרי"ז דער פאסיגסטער קאנדידאט צו שטיין בראש פון בחורי חמד, זיי צו העלפן דורכגיין די קריטישע בחור'ישע יארן פון זייער לעבן אן קיינע מכשולות, און אויסוואקסן בקומתם וצביונם הראויה להם, אנגעפילט און אויסגעשטיגן מיט אן אמת'ע ידיעה אין אידישקייט.
דער ראש ישיבה שליט"א וועט שטיין אין שפיץ פון "נהרדעא" און וועט אריינברענגען אין די בחורים א חשק און התלהבות צו תורה ועבודה, און בעיקר אן אינערליכער צופרידנהייט, א סיפוק הנפש וואס וועט באפרידיגן דעם הארץ, און מאכן דעם בחור פילן ווי א מענטש מיט א שוויות, וואס טוט עפעס אויף מיט זיינע טעג, וואכן און יארן.
די ישיבה וועט צוגיין מיט אן אויסערגעווענליכער מאס ווארימקייט און פארשטענדעניש, דער אויסוואל פון לימודים וועט זיין גאר ברייט, צו אפעלירן צו יעדנ'ס אינטערעסע. חוץ גמרא און שלחן ערוך וועט מען עוסק זיין אין משניות, חומש, נ"ך, סדר הדורות, און נאך ידיעות און חכמות וואס וועלן אנפילן די קעפ פון די בחורים.
א יסוד פון די ישיבה איז נישט צו מאכן קיין אנגעצויגנקייט, צו אקאמאדירן יעדן בחור מיט זיינע כשרונות און אינטערעסן, און פארשטייט זיך לאזן דעם בחור צייט זיך צו לופטערן און פארברענגען.
די ישיבה וועט מער לייגן א דגוש אויף בקיאות ווי אויף קוועטשן אויף א שטיקל גמרא. דער סדר עיון וועט זיין א גרונטליכער לימוד פון אנדערהאלבן צו צוויי בלאט א וואך, און די "טיפזיניגקייט" פון די שיעורים וועט מען לאזן אויף איין שטיקל גמרא יעדע וואך, וואס מ'וועט מער בעיון אפלערנען מיט ראשונים ואחרונים. דאס איז מיט דעם ציל צו קענען לערנען אסאך בלעטער גמרא דורכאויס יעדן זמן, צו קענען ענדיגן מסכתות, גוט חזר'ן, און ס'זאל זיין כמונח בקופסא.
בחורים וועלן אי"ה אויסשטייגן ווי תלמידי חכמים מופלגים, קענענדיג גרונטליכע א שיינע צאל מסכתות, באגלייט מיט א ריכטיגע ידיעה אין יסודות פון יהדות, קורות עם ישראל, אמונה, והעולה על זה, דער דרך ארץ קדמה לתורה: בחורים וואס וועלן דורכגיין די יארן מיט א רואיגקייט, מיט א ראש ישיבה און א סטעף וועמענ'ס ציל איז צו מאכן דעם בחור צופרידן און מלא סיפוק, וועלן שטייגן נפשיות'דיג ווי פרייליכע צופרידענע מענטשן.