איחוד הלבבות קעגן "גזירת גיוס" איז מקדש שם שמים

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

איחוד הלבבות קעגן "גזירת גיוס" איז מקדש שם שמים

שליחה דורך יאנקל »

עס האט זיך היינט אנטפלעקט אן ערהארבן בילד ווען עס איז באקאנט געווארן אז די צוויי אדמו"רי סאטמאר האבן צום ערשטן מאל אין היסטאריע געלייגט די דיפערענצן אין א זייט, און האבן מחליט געווען אינאיינעם ארויסגיין פראטעסטירן קעגן דער רעגירונג פון מדינת ישראל. דער פראטעסט קומט אין אנבליק פון די פרישע געזעצן וועלכע ווערן פארגעשלאגן, לויט וועלכע דער ביז יעצטיגער אויטאמאטישער פטור פאר חובשי ספסלי ביהמ"ד וועט מער נישט אנגעהאלטן ווערן, נאר א מספר מצומצם פון "עילויים" וועלן באקומען א פטור יעדעס יאר, און די איבריגע בחורי הישיבות וועלן געצווינגען ווערן צו גיין אין מיליטער. רוב חרדים אין ארץ-ישראל און איבער דער וועלט קוקן אן אט די געזעצן ווי א "גזירת גיוס" און זעען דערין א סכנה צו דעם צביון פון דעם יהדות החרדית אין ארץ-ישראל.

אין א צייכן ווי ערנסט די סכנה ווערט באטראכט דורך די אדמו"רי סאטמאר, האט זיך האדמו"ר זלמן לייב מסאטמאר צוגעשטעלט צו דער דעמאנסטראציע וואס האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר האט פאררופן פאר דעם קומענדיגן זונטאג. אין די לעצטע טעג זענען געווען פיבערהאפטיגע פארהאנדלונגען אז דאס זאל קענען צושטאנד קומען, מיט וויתורים פון ביידע צדדים, אבער למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין דעם פאל האבן ביידע אדמו"רים מחליט געווען אז דער ענין פארלאנגט א רוב עם, און עס פארלאנגט זיך צו לייגן די דיפערענצן אין א זייט אויסצושרייען א וויי-געשריי אויף דאס וואס זיי זעען ווי א סכנה פאר אידישקייט.

עס איז א מאמענט פון ריכטיגער קידוש שם שמים אז אזא אחדות האט געקענט צושטאנד קומען, און מען בעט אז די וואס זענען נאנט מיט די אדמו"רים זאלן זיי קאמפלימענטירן און אויסדרוקן שעצונג אויף זייער אקט, און האפנטליך וועט דאס ווערן א דבר שבשגרה אויף דער צוקונפט.


בילד
פון דא.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר