דער געפעלשטער בריוו פון ר' חיים קניבסקי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4712 מאל

דער געפעלשטער בריוו פון ר' חיים קניבסקי

שליחה דורך יידל »

ווי עס איז ברייט באקאנט זענען אין די הכנות צו דער גרויסער דעמאנסטראציע וואס גייט יעצט אן אין מאנהעטן קעגן דער "גזירת גיוס" פארגעקומען פילע שקלא וטריא'ס איבער א יעדן קליינטישגן דעטאל. צו ערשט זענען געווען אנגעצויגענע פארהאנדלונגען צווישן די סאטמארער פראקציעס, און דערנאך איז די חרדישע וועלט געווען געשפאנט איבער די דעה פון הגראי"ל שטיינמאן און הגר"ח קנייבסקי. ווי עס שיינט, איז הרב שטיינמאן קעגן פראטעסטירן אויף דעם ענין. לויט אים קען מען מער אויפטון מיט לימוד התורה. עס איז אבער פאריגע וואך ערשינען א בריוו פון הגרא"ד וואכטפויגל שליט"א אז ער האט געהערט פון הג"ר חיים קנייבסקי דורך זיין זון ר' שלמה אז ער איז מסכים מיט דעם פראטעסט.

פרייטאג איז אבער ארויסגעקומען א בריוו פון הג"ר שמואל קאמינעצקי, וועלכער ציטירט די ווערטער פון די קינדער פון הרב קנייבסקי אז ער איז מסכים צו דער דעה פון הרב שטיינמאן אז מ'זאל נישט מאכן קיין פראטעסט. א קורצע צייט שפעטער איז טאקע ארויסגעקומען דער בריוו פון די קינדער פון רבי חיים, אויף וועלכער רבי חיים אליין האט אונטערגעשריבן אז עס איז אמת.

אבער מיט דעם האט זיך עס נישט געענדיגט. היינט אינדערפרי איז ארויסגעקומען נאך א בריוו פון רבי חיים, וואו ער הייסט כלומר'שט גיין צום פראטעסט, אבער עס איז גלייך אפגעווארפן געווארן אלס פאלש. שפעטער אין טאג איז א פרישע באמבע ערשינען, ווען עס איז באקאנט געווארן א נייעם בריוו פון רבי חיים גענצליך געשריבן בכתב ידו, וואו ער שרייבט קלאר אז "חובה לכל לציית להוראות גדולי ישראל שליט"א למחות היום נגד גזירת גיוס."
בילד

דער דאזיגער בריוו האט אויסגעזען שטארק אויטענטיש, און איז ארומגעפלויגן איבערן די סאציאלע מידיא נעצן. דא האט זיך ארויסגעוויזן אז רבי חיים האלט יא פון דעם פראטעסט, און איז גאר מחייב זיך צו באטייליגן. דאס האט געברענגט א צעמישעניש ביי די בני תורה קרייזן. נאך עטליכע שעה האט "ישיבה וואלד ניוס" געמאלדן אז דער בריוו איז געפעלשט, און אזוי אנגעגעבן בשם דעם שטוב פון רבי חיים. זיי האבן באשולדיגט אז דאס איז חוצפה'דיג געפעלשט געווארן דורך די ארגאניזירער פון דעם פראטעסט כדי צו איבערצייגן בני תורה זיך צו באטייליגן ביי דעם פראטעסט. "ישיבה וואלד ניוס" האט אבער נישט באוויזן קיין שום ראיות אויף דער באשולדיגונג אז עס איז טאקע געפעלשט געווארן, און עס איז נאך געבליבן א גרויסער ספק וואס עס איז די ריכטיגע דעה פון רבי חיים קנייבסקי שליט"א.

פרובירנדיג צו דערגיין דעם אמת, האב איך באטראכט דעם לשון פון דעם בריוו, און כ'האב דערקענט דעם לשון פון "ועשית" און "חובה לכל לציית". מיט די הילף פון גוגל און א חבר בין איך דערגאנגען דעם מקור.

דער בריוו איז צוזאמענגעשטעלט געווארן פון אן אנדערן בריוו, צושטעלנדיג ווערטער און אותיות צו מאכן דעם נוסח. דער אריגינעלער בריוו געפינט זיך דא, און פאלגנד איז מיין איבערבליק איבער וויאזוי דער פעלשעריי איז באוויזן געווארן:

Kanievsky.jpg
Kanievsky.jpg (172.52 KiB) געזען געווארן 23071 מאל


(אלע אותיות קומען פון דעם אריגינעלן בריוו - נישט ווי YWN גיבט אן אז דאס איז נאכגעשריבן געווארן לויט ר' חיים'ס האנטשריפט - נאר איך האב נישט געוואלט אז אלעס זאל זיין איין שטיק רויט, האב איך נאר באצייכנט עיקרן של דברים.)

update מאנטאג 2:55: דעת תורה ווייזט אן שפעטער אין די אשכול אז אויף רוטר איז שוין די זיוף אויפגעדעקט געווארן א האלבע שעה פאר מיר. איך האב עס נישט גענומען פון רוטר, אבער איך האב אראפגענומען די ווארט "עקסקלוסיוו" פונעם קעפל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 89 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר