עדווארד סנאודען'ס אנטלויף וועג, אין ארום,

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך טעפל » מיטוואך יוני 26, 2013 5:07 pm

לויט'ן געזעץ איז ער א נארמאלע שפיאן, ניין?
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

הודעהדורך מ. גליקמאן » מיטוואך יוני 26, 2013 5:25 pm

נישט א נארמאל'ע, א נארמאל'ע שפיאן האט שכל נישט ארויסצוקומען אין די עפענטליכקייט..
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:31 pm

יא נארמאל נישט נארמאל, ווען א רעגירונג איז עובר אויף אירע אייגענע געזעצן אקעגן אירע איייגענע בירגער, אונטער זייער רוקן און אן זייער וויסן, איז עז זייער א מאראלישע און ריכטיגע זאך פון אזא מענטש ווי סנאודען עס מפרסם צו זיין. און אמעריקע מעג זיך שעמען און טיפעל האלדז אריין פארן זיין אזעלכע ביליגע רוסישע אונטערוועלטניקעס.

אויב איז דאס נארמאלע שפיאנאזש, דאן איז דאס וואס אבאמא האט געטוען נארמאלע דיקטאטורשאפט און טעראריזם
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:15 pm

בעצם האט אמעריקא געמאכט א גרויסע טעות ווען זיי האבן אין די קלאגעס אריין געלייגט שפיאן קלאגעס.

אסאך פרייע מדינות, אפילו זיי האבן עקסטראדיציע אפמאכען מיט אמעריקא, טוט עס אויסשליסען פאליטישע פארלעצונגען.

ממילא קען בעצם מר סנאדען גיין צו סיי וועלכע מדינה, און דארט טרעפען א מנוחה.

זיין גיין צו האנ קאנג איז געוועהן גאר א קלוגער שריט, אפילו די אמעריקאנער האבען געזאגט אז ער האט פשוט פארזעהן אז זיי האבן אפמאכעןמיט אאמעריקא, ווייל פאר פאליטישער פארלעצונגען האבן זיי נישט קיין חיוב אים איבער צוגעבען.

עם כל זה האט האנג קאנג ליבערשט געקענט באשטיין נישט צו דערצערענען אמעריקא, האבן זיי אים געזאגט הייב פיס פין דא וואס שנעלער.

זיין פארען קיין רוסלאנד איז לכאורה די גרעסטע טעות וואס ערר האט דערווייל געמאכט. לכאורה איז ער נאך דארט. ווען ער איז אין ווענעזוועלא אדער אקוואדער, וואלט ער שוין ארויסקומען.

און פארוואס איז ער אין רוסלאנד?

מן הסתם ווילען די חברה אלעס וואס ערר האט אין ווייסט, און מען לאזט אים נישט גיין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:25 pm

הערשל פרידמאן רעד זייער שיין ארום וועגען די גאנצע מעשה אויף קול מבשר 3 נאכדעם 9 און 379
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך פרישער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 6:41 pm

האט ער ציגעפיקס אמעריקא. יא

איז אמעריקע ברוגז אויף עים. יא

זענען מיר בירגער פריילעך אז ער האט דאס געטיען. יא

יא איך בין, א חצפה פין די רעגירונג אוועק צינעמען די ציווילע רעכטען פין מיין פריוואטקייט

אנשטאץ מען זאל עים געיבן א מאדאל פארן ארויס שטעקן זיין האלז, רודף'ט מען עים

אבאמא פירט א צימערמאן קלאר בלומבערג ווערטשאפט, איז ער א חדר אינגעל ציוואס.

סנודן האט ליב אמעריקע, ער האט זיך מיט זיין אקט פשטת פארזיגעלט זיין גורל אז ער וועט בקרוב געהרגט ווערן, ער ווייסט עס און ער זאגט עס אויף זיין אינטערוויא וואס איז אויף יו טאב פאר יעדען צי זעין

אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1073 מאל

הודעהדורך חזקיהו המלך » דאנערשטאג יוני 27, 2013 6:46 pm

[קרעדיט "לכתחילה אריבער" אייוועלט]

אבאמא האט היינט גערעדט צום ערשטען מאל ברבים פון דעם געשעניש.

ער האט געטרייט צו מינימעזירען די וויכטיקייט פון סנאודען. ער האט אים בטעות - לכאורה - גערופען א "העקער", זאגענדיג "כ'פלאן נישט אריינצושיקן F-16 צו כאפן א 29 יאר אלט העקער" (אגב ער איז שוין 30), און נאך האט אבאמא געזאגט, אז ער האט נישט גערעדט צו פוטין, "מען דארף לאזען די יוסטיץ דעפארמענט, האנדלען מיט פארברעכער".

--------

אזוי ווי צו פיילן פאר אסיילעם דארף סנואדאן גיין קיין עקוועדור, און קיין פאס האט ער נישט, די עקוועדאור אמבעסאדער אין לאנדען, האט ארויסגעגעבן א צעטל, וואס געט אים די מעגלעכקייט צו פארן קיין עקוועדואר אויף פאפירן פון עקוואדור, אבער נאר פאר די צוועק פון קומען בעטן אזיל רעכט.

די רעגירונג פון עקוואדור האט אבער געזאגט, אז כאטש עס איז אוטענטישע פאפירן, האבן זיי נישט געגעבן קיין רעכט עס צו געבן, און ממילא האט עס נשיט קיין האפט.

--------

נעכטען האט ראבערט מאנענדעז - די טשערמאן פון די "אויסערען רילעשענס" קאמיטע געסטראשעט עקוואדור, אז איר "טרעיד אגרימענט" מיט אמעריקע איז אין געפאר, אויב זיי נעמען אן סנאודאן.

עקוואדור האט א האנדלס' אפמאך מיט אמעריקע, און עס דארף יעצט ווערן באנייט, און אויף דעם איז געגאנגען די סטראשע, אז מען וועט עס נישט באנייען.

היינט האט עקוואדור געזאגט........... מוחל טובות!! "עס איז סיי ווי געווארן מער א "בלעיקמעיל" שטעקען, ווי א ערענסטע הילף" - האבן זיי געזאגט - און מיר דארפן עס מער נישט!

און נישט נאר האבן זיי געזאגט זיי דארפן עס מער נישט, נאר אויך געזאגט אז זיי טיען זיך שוין פאקטיש איינזייטיג ארויסציען פונעם אפמאך!

און נאך צוגעלייגט, אז אזוי ווי זיי זעהן אז אמעריקע פלאגט זיך מיט מענטשען רעכט, קענען זיי באשטיין ........ צו שיקען פאר אמעריקע 23 מיליאן דאלער - בערך אזויפיל רווח האבן זיי פון די טרעיד עגרימענט - פאר עדיוקעשאן אויף "יומען רייט'ס"!

:oops: :oops: :oops:
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך דענקער » דאנערשטאג יולי 04, 2013 5:49 pm

אננא טשאפמאן א געוועזענע רוסישע שפיאן וואס איז דעפארטירט געווארן און וואוינט היינט אין רוסלאנד, האט געטוויטערט פאר סנאודען אויב ער וויל מיט איר חתונה האבן.

באמערקט ווי זי פרעגט די נ.ס.א. אויב זיי וועלן אכטונג געבן אויף זייערע קינדער...
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 1025 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 420 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » פרייטאג יולי 05, 2013 7:57 am

פארוואס בעצם ניצחו ער נישט אהן אסיילעם אין רוסלאנד?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מוצ"ש יולי 06, 2013 11:11 pm

ווענעזוועלא האט אים געגעבען אסיילעם.

יעצט דארף ער טרעפען א וועג אהין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דינסטאג יולי 09, 2013 11:16 am

עס ווערט יעצט באשטעטיגט אז ער האט אנגענומען די אייסלעם פון ווענוזוועלע

די שאלה איז נאר ווי אזוי ער קומט אן דארט
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך מ גפני » דינסטאג יולי 09, 2013 11:39 am

סאשי פיש האט געשריבן:עס ווערט יעצט באשטעטיגט אז ער האט אנגענומען די אייסלעם פון ווענוזוועלע

די שאלה איז נאר ווי אזוי ער קומט אן דארט

דאס מיינט ער באקומט אן ווענוזוועלע'ר פאספארט? אויב יא דאן וואס איז די גרויסע שוועריגקייט אנצוקומען אהין?
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דינסטאג יולי 09, 2013 12:10 pm

ווייל ער ברויך א דיירעקט פלייט אהן א סטאפ, טאמער שטעלט זיך דער פליגער אפ אין איינער פין די יורעפעישע מדינות, וועלען זיי אים אראפ נעמען און איבערגעבען צו אמעריקא.

און בכלל איז נישט זיכער, טאמער פארט ער אפילו איבער די לופט פין איירופא, טאמער וועלען זיי נישט צווינגען דער פליגער צו לאנדען, און אים אראפנעמען, דארף דעריבער דער פליגער פארען איבער דער וואסער וכו', און דאס איז גאר שווער.

א פריוואטער פליגער וועט אים קאסטען א ערך פין אפאר הונדרעט אלפים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יולי 14, 2013 3:40 am

א רעפארטער זאגט אז אויב סנאודען טוט פארעפענטליכן די אינפארמאציע איבער אמעריקע וואס ער האט אין זיך, וועט דאס זיין אמעריקע'ס ערגסטער קאשמאר, (מסתמא נאך ערגער ווי די וויקיליעקס סודות), און אז אמעריקע זאל האפן און בעטן אז גארנישט שלעכטס זאל פאסירן צו סנאודען, ווייל אך און וויי וועט זיין אויב יא...

http://www.vosizneias.com/135914/2013/0 ... e-for-u-s/
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך חזקיהו המלך » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:14 pm

ען עס עי נעמט אראפ די מאסקע, שפיאנירט אפענערהייט, :-)

איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך boxcover » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:46 am

חזקיהו המלך האט געשריבן:ען עס עי נעמט אראפ די מאסקע, שפיאנירט אפענערהייט, :-)


ווען א צווייטער לייגט דאס ארויף, וואלט איך געוויסט אס ס׳איז א וויץ. מיט @חזקיהו המלך נעם איך נישט קיין טשענסעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך boxcover אום פרייטאג אוגוסט 09, 2013 8:34 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:01 pm

פאני. נאך א זיסע פרענק פון עם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:32 pm

עס רודערט זיך אין די נייעס אז די NSA האבן ארומגעשיקט ספייוועיר צו שפיאנירן אין קאמפיוטערס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יולי 28, 2015 3:33 pm

דאס ווייסע הויז איז בייז אויף די כמעט 170 טויזענט פעטישען אונטערשרייבער צו באגנאדיגן סנאודען

http://www.zdnet.com/article/white-hous ... -pardoned/
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט