בלאט 1 פון 1

עדווארד סנאודען'ס אנטלויף וועג, אין ארום,

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 6:21 pm
דורך חזקיהו המלך
ווי מיר ווייסען האט עדווארד סנאודען געבלאזען דעם פייפער איבער די אומלעגאלע שפיאנאזש פין די ען עס עי אויף אמעריקאנער בירגער,

אנשטאט צי אויפהערען צי שפיאנירען אומלעגאל, האט גאר די פעדעראלע גאווערמענט באשולדיגט סנאודען אין זיין א פאררעטער, אין זיי זאגען מיט פאטאס אז זיי וועלען אים ברענגען צי "גערעכטיגקייט",

די לעצטע נייעס איז אזוי:

אמעריקע האט פארלאנגט פין כינע אז זיי זאלען ארויס געבען סנאודען צי אמעריקע,

כינע האט גענפערט אז די אפליקאציע איז נישט געווען גוט אויסגעשטעלט ממילא האבען זיי עס נישט אנגענומען,

דערווייל האט זיך סנאודען ארויס געלאזט מיט א עראפלאן קיין מאסקווע אויפען וועג צי א אנדערע מדינה, וואס כ'מיין ס'נאך נישט קלאר וועלכע,

איז יעצט וועט שוין לכאורה גארנישט ווערען מיט די אמעריקאנע אפליקאציע קיין כינע,

דערווייל זענען די אמעריקאנער ללעג ולקלס, די גרויסע ביג שאט די אמעריקאנע גאווערמענט קען נישט לייגען אירע לאפעס אויף א איינצעלע מענטש סנאודען, לאמיר האפען אז זיי וועלען ווייטער בלייבען חוזק,