בדחן האט געשריבן:ראסיזעם איז נישט אויסגעהאלטן, אבער עס איז די יודישע וועג פון חינוך אויסצולערענן דעם יוגענט אז מען זאל אראפקיקען דעם לעבנ׳ס שטייגער פינעם גוי, און אז א גוי׳שע לעבינגסשטייגער איז ליידיג פוסט לעומות דעם לעבענס שטייגער פון א איד, עס איז אויסגעהאלטן תורה׳דיג און מענטשליך,
ס'הייסט אנשטאט ארויסהייבן די תוכן פון אידישקייט, קלאפט מען די גויאישע פוסטקייט. ס'גרינגער. און ווען דאס קינד וועט זיך אויסוואקסן און אפשר זען אז ביי די גוים איז נישט פיל פוסטער ווי ביי אים, העט מען אים פארקלעפן די אויגן, און אויס פראבלעם.
ראסיזאם איז נישט אויסגעהאלטן? דאס אלס? קידוש מאכן פאר מוסף איז נישט אויסגעהאלטן. ראסיזם האט פארשניטן זעקס מיליאן פון אונזער פאלק. ראסיזם איז דער שורש פורה ראש ולענה פון רוב קאנפליקטן אויף דער וועלט, מבית ומחוץ, בהוה ובעבר.
בדחן האט געשריבן:מען דארף טאקע האלטן בכבוד א יעדע בריאה וואס השי״ת האט באשאפן, מען דארף אבער פארשטיין זיין לעוועל לעומת אונזער לעוועל, און אז מיר זענענן עם הבנחר און אפגעטיילט פינעם גוי, און אזא לעבן פינעם גוי דארף מען ממאס זיין
יא, מכבד זיין יעדער בריאה, סיי מענטש, סיי בהמה, סיי שווארצער. אז דער אייבערשטער האט באשאפן שווארצע, מסתמא ברענגען זיי עפעס א תועלת פארן מבחר יצורים, דער איד.
בדחן האט געשריבן:א ווערטעל אויף א טינקעלן גוי גייט נישט אריין בגדר ראסיזם, נישט א יעדער וואס מאכט א ווערטעל איז א ראסיסט, והא ראיה אז אידן אויף אידן מאכען אויף ווערטליך, און טינקעלע אויף טינקעלע מאכען אויך ווערטליך, א ווערטעל איז א ווערטיל און עס גייט נישט בגדר פרעדיגען ראסיזם.
אפשר קלערט איר אויף וואס מיינט יא ראסיזם? רופן א שווארצער "טונקעלע גוי" בדרך חיבה גייט אריין בגדר ראסיזם? זאגן "שווארצע גוי" במקום גבר אלים איז ראסיזם? צוגלייכן שווארצע צו מאלפעס מוז זיין גאר א געלונגען וויץ, אפילו דער באטריבנער
היטלער פלעגט צו שמייכלען דערפון. לצנות האט א שטאקער כח. שטערקער ווי די מיליאנען פארקנעכטע מוסקלען וואס אט די וויץ האט געהאלפן פארשקלאפן.
מורי ורבותי, מען האט שוין גערעדט דערפון, אבער מען דארף עס כסדר חזר'ן. מיר זענען שולדיג אין גענוי די פארברעך וואס האט אנגעברענט די שואה: פאלש-וויסנשאפטליכע \ תורה'דיגע -ראסיזם. אלע מענטשן זענען באשאפן גלייכן, און יא, איך קוק אויף דיר זשעפערסאן, "אלע" מענטשן.
ס'יעצט ימי בין המצרים, גייט מען אודאי רעדן פונעם חורבן, זאל מען נישט זאגן "די גוים האבן חרוב געמאכט אונזער בית המקדש, די גוים האבן אויס'שחט'ן ירושלים." דאס גיבט דער רושם כאילו די גוים אשר בצילם אנו חוסים זענען עפעס שולדיג אין אונזער תשעה באב. מען זאל זאגן "די כשדים האבן, די רוימער האבן". און מיט דעם וועלן מיר טיילן אונזער אנטריסטונג מיט פיל אנדערע פעלקער. די רוימער האבן צעשטערט די גריכישע שטעט וואס האבן אזויפיל צוגעגעבן צו דער מענטשהייט. די כשדים האבן חרוב געמאכט די אשורים, וועמען מיר האבן צו פארדאנקן כתב אשורית, און די כשדים האבן געפלינדערט עגיפטן, איינע פון די עלטסטע ציוויליזאציעס אין היסטאריע.
די אלע פעלקער זענען חלף עבר, ווייל פעלקער לעבן עפ"י רוב נישט איבער קיין אויסראטונג קאמפיין. מיר אידן זענען אבער אזוי געלונגען, מיר קענען איבערלעבן אלע שוועריגקייטן. ווייל אונז זענען אזוי ספעשעל!
איר זעט, בדחן, מ'קען אויסלערענען די יונגעט ארויפצוקוקן אויף אונזער מורשת בו בזמן וואס מען קען שעצן די מורשת פון אנדערע פעלקער אויך. מ'קען גיין פאזיטיוו.