ספארטס: בני יעקב

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

ספארטס: בני יעקב

שליחה דורך שעפטל »

שוין לאנג געטראכט פון עפענען אזא אשכול (אפשר וועט נאך ווערן אן עקסטערע סוב-פארום פאר זיך אויך...) כ'בין נאר נייגעריג צו ס'דא אפילו דא חבירים וואס גייען עס בכלל ליינען, צו ס'אינטערסירט זיי בכלל?

אלס פותחין בכבוד האכסניא וועל איך אנהייבן מיטן לאקאלן טעים, די בני יעקב, וואס זענען אזוי אויך די טייערסטע חבורה, די מיט די מערסטע געווינסן ביים וועלטליכן (ליין אמעריקאנעם) שפילן

נעכטן האבן די בני יעקב
Yankees.jpg
Yankees.jpg (77.48 KiB) געזען געווארן 4846 מאל

געווינען דריי-נאל קעגן די לאס אנדזשעלעס דאדזשערס
LA Dodgers.jpg
LA Dodgers.jpg (95.54 KiB) געזען געווארן 4846 מאל


אין קורצן...:
היראקי קוראדע האט געווארפן זיבן הקפות אויפגעבענדיג אינגאנצן 5 היטס, איין וואלק, אבער קיין איין ראן, און אויסגעשטראכן אכט.
צום אכטן הקפה איז אריינגעקומען באאן לאגען און נאר אויפגעגעבן א היט, א וואלק אבער ווידער קיין ראן.
צום ניינטן איז אריינגעקומען דער אלעמען באקאנטען מלך הפיטשערס, מאריאנא ריווערא, ער האט אויסגעשטראכן צוויי חברה און נישט געלאזט איינער זאל אפילו זעהן די ערשטן באזע.

די בני יעקב פון די אנדערע זייט האבן אין די ערשטע 8 הקפות אקעגן קלעיטאן קערשאו נאר ארויסגעשלעפט 5 היטס, קיין איין וואלק און 5 זענען אויסגעשטריכן געווארן.
אבער די חאגע האצעך אנגעהויבן אין די ניינטע, ווען ראנעלד בעליסאריא האט אויפגעגעבן א וואלק פארן קאפיטאן דערעק דזשיטער, נאך א גראונד אוט פון ראביסאן קענאו, ווי עדוארדא נונעז וועלעכער איז געלאפן פאר דזשיטערן איז אוט געווארן אבער קענאו איז יא אנגעקומען צום ערשטן באזע. דערנאך א פרישן גראונד אוט פונעם נארוואס צוריקגעקומענער אלפאנסא סוריאנאו (טאקע יהא בואו לברכה ולהרמת הקרן...) , מיט וואס קענאו איז אנגעקומען צום צווייטן באזע. דערנאך האט מען במכוון געשיקט איטשירא סוזוקי צו ערשט.
דערנאך האט פאקא ראדריגעז איבערגענומען בעליסאריא צו ווערן דער ווארפער און לייל אווערבעי האט טאקע הנאה געהאט דערפון ווען ער האט געריקט א טאבעלע צום צענטער פיעלד און קענאו איז אנגעקומען אהיים בשלום, און סוזוקי איז געלאפן צום דריטן באזע. דערנאך איז דזשעיסאן ניקס אנגעקומען צו ערשט ווען דער וואס נעמט קער פונעם צווייטן באזע ביי די דאדזשערס האט געמאכט א גרייז, און גלייכצייטיג איז סוזוקי מיט אווערבעי אהיימגעלאפן..
בראנדאן ליגע האט איבערגענומען ראדריגעז און אוט געמאכט קריס סטוערט מיט דעם האצעך עס געענדיגט די געלויפאכטס פון די בני יעקב.

ביים צווייטן חלק פונעם ניינטן ווי דערמאנט איז ריווערא אריינגעקומען אויסגעשטריכן די ערשטע צוויי, דערנאך א גראונד אוט, מיט דעם האט ריווערא זיך איינגעקויפט דעם ראטעווען נומער 34 פארן יאר, און מסתמה ס'לעצטע דארט אין לאס אנדזשעלעס...

דער געווינס האט געשטעלט די יענקיס מיט 56 געווינסן און 51 פארלארענע מעשיות, זיי זענען יעצט די פערדע (אכט געווינסן אונטערן ערשטן) אינעם אמעריקאנעם ליגע פון מזרח...

*

ס'קען זיין אז דאס וועט זיין דע ערשטע און לעצטע תגובה בענינינו...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 98 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר