דורכברוך: גאנץ-יאר ישוב סאטמאר מהר"א אין קעטסקילס אנאנסירט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך שרייבער » זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:03 pm

פרנסה, אויך מיר א פראבלעם, וואס האבן קרית יואל'ע אידן געטון אין די ערשטע 20 יאר, און וואס טוען נאך אסאך היינט? מען פאר א שעה צוויי צו די ארבעט, און ס'לוינט אז מען קומט נאכדעם אהיים צו א ברייטע רואיגע דירה מיט א קלענערע מארגעטש

כה עשו אבותינו

אפגערעדט אז אין די היינטיגע אינטערנעט וועלט מוז מען שוין נישט אזויפיל פארן
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:05 pm

נאך א זייער וויכטיגע זאך וואס מדארף פאר נייע מוסדות איז די תקנות צעטיל וואס מדארף אינטערשרייבן פאר משרייבט איין א קינד. דאס האב זיי שוין אויך פון פארדעם.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3779
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1860 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:32 pm

נאך א זאך אז די ארונישע מוסדות דארטן וועלן זיי סיידי גרעסטע און סיידי בעסטע
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 629 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:42 pm

סצייט צי זוכען פרישע געגענט פאר קאנטרי. די קעטסקעלס וועט ביז אפאר יאר ווערן א סאטמערע אלל יער ראנד שטאט.
וועל וויל דען גיין זומער קיין מאנרוי?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3779
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1860 מאל

הודעהדורך שווארצע וואלף » זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:47 pm

ס׳קוקט אויס ווי גאנץ א פיינע פלאן, בעזר השם וועט נאך א ציבור יודן לעבן א נארמאלע לעבן מיט הרוות הדעת, די שאלה איז נאר: מיז מען זיך באזעצען דוקא אין דעי ישוב בכדי צו קענען געניסען פון די מוסדות, שוהלען און מקוה, אדער קען מען זיך באזעצען עני ווער עלס אפסטעיט??
שווארצע וואלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך גוטע פינטעלך » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 3:12 am

מדארף אריינכאפען קויפען ביליג הייזער אין די קעטסקילס נאך איידער די אלע פרנסה זיכער מופען ארויס דארטען, ראו הזהרנוכם!!
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:53 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך מ גפני » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 9:35 am

פיינע קאווע האט געשריבן:פאר פרנסה קען מען צופארן א האלבע שעה ביז קרית יואל ווי אפאר טויזענט מענער און פרויען האבן פון דארט פרנסה ב"ה אדער א דריי פערטל שעה צו מאנסי. מיט די צייט וועט מען דארט האבן גענוג ביזנעס ווי איבעראל.

מאכסט אזוי ווי כאילו ס'ווארפט זיך דזשאבס אין ק"י, הלוואי
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 9:38 am

די ערשטע צעהן תושבים וועלן ארבעטען אין תהילים כולל.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

הודעהדורך שרייבער » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 10:52 am

מ גפני האט געשריבן:
פיינע קאווע האט געשריבן:פאר פרנסה קען מען צופארן א האלבע שעה ביז קרית יואל ווי אפאר טויזענט מענער און פרויען האבן פון דארט פרנסה ב"ה אדער א דריי פערטל שעה צו מאנסי. מיט די צייט וועט מען דארט האבן גענוג ביזנעס ווי איבעראל.

מאכסט אזוי ווי כאילו ס'ווארפט זיך דזשאבס אין ק"י, הלוואי

און אין ווילי ווארפט זיך יא דזשאבס? כמה בטלני איכא בשוקא
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך אוי_וויי » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:12 pm

איך וואלט געזאגט אז פאר די ערשטע 100 זאל ער טארגעטן בלע"ז בעיקר די כולל אינגעלייט וואס ווילן בלייבן ביים לערנען
אבער סאיז זיי נישט מעגליך ווילאנג זיי וואינען אין די איינס פאר די טייערסטע פלאץ אין אמעריקא..
די מעלה מיט די כולל אינגעלייט איז
אז געווענליך דארפן זיי נישט די גרעסטע אין די שענסטע דירה
די עיקר אז זיי זאלן קענען צאלן די רענט מיט די כולל געלט...
אויב וועט די דירות זיין עכט ביליג אפילו עס וועט זיין אביסעל קליין וועלן די דאזיגע סארט אינגעלייט גיין די גרינגסטע
אוודאי וועט מען דארפן אויך מלמדים, טיטשערס, מנהל, סעקרעטערי, ראש הכולל, מעניזשער, קעכער, גראסערי ארבייטער, שמש, באס דרייווער אד"ג
די איבריגע איינוואוינערס צו שאפן מיין איך איז די גרינגסטע ביי די כולל אינגעלייט וואס די שווער קען נישט העלפן מיט געלט
איינמאל עס איז דא די ערשטע 100 אי"ה וועט די באן שוין אליינס פארן
אוי_וויי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך שעפטל » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:59 pm

א פרייד האט מיך אנגעכאפט הערענדיג די נייעס. אבער... ווי איך פארשטיי איז עס מער א פלאץ פאר חסידי סאטמאר (מהר"א), איז דא איין זאך וואס קען אפשר אפשר געלונגן, (ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט ביי מיין אשכול וועט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל אדורכברעכן ס'דירות קריזיס?) ביליג שבביליג, ממש שפאט פעניס דירות, אנדערשט פארוואס זאל יענער נישט זיך ציען קיין קרית יואל??? יעצט אויב גייט עס נישט זיין דירות פאר ניסלעך איז עס היפשע דמיונות, און דע פלאן קען שוין גיין אינעם זעלבן סטארידזש ווי עס ליגן אלע אנדערע פלענער...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך אוי_וויי » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:15 pm

עס דארף זיין גענוג ביליג אז אפילו אינגעלייט פון קרית יואל זאל זיך לוינען צו קומען...
א נארמאלע דירה אין קרית יואל פון 3 בעדרומס צאלט מען היינט בערך 1300 רענט
און בערך 265k צו קויפן
אוי_וויי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך ברוך » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:14 pm

פארוואס רעדן די ארונים נייעס קוועלער נישט פון דעם פראיעקט?
ברוך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 08, 2012 10:10 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך גאולה » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:21 am

מעכטיג!!!

ווי קענט וועיט!!!
גאולה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 3:59 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך קרעמער1 » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:45 am

זר זהב האט געשריבן:ס'נאריש צו גיין וואוינען אין די קעטסקילס א גאנץ יאר. די וועטער איז נישט גוט און מ'איז ווייט פון גוטע שפיטעלער. נאו נאו

זינט ווען?
און צוריקגעשמועסט, כ'מיין אז סע איז נאך עני טיים אזוי גוט ווי די פארפעסטעטע סיטי לופט
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

הודעהדורך אבי גערעדט » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:24 am

פונקט נעכטן געהערט פון א נאנטע קוואל, אז די שמילאוויטש-מהרי"י פראיעקט אין מידעלטאון נ.י גייט ארויסקומען אין די עפנטליכקייט גאר בקרוב, לכאורה אין די קומענדיגע וואך צוויי, ווי דער קוואל זאגט מיר, האט ער ער שוין אפגעבויעט ארום 50 הייזער, וואס יעדע איז א פריוואטע פאלאץ, וואס גייט גיין פאר ארום 350,000 א הויז, און ער איז שוין אפראווד פאר נאך עטליכע הונדערט צו בויען.
די שטעטל גייט זיין א סאטמאר מהרז"ל שטח אלל די וועי, דאס מיינט די מוסדות שוהלן אינווייראמענט וכו.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 867
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:39 am

אמת דער שמילאוויטש פראיעקט אין בלומענבערג ניו יארק איז נענטער צו א ווירקליכקייט ווי אלע אנדערע חלומות. איך מיין עס שטייט נאר דערווייל איין מאדעל הויז און די איבריקע גיסט מען יעצט פאונדעשאונס. זיי זענען דריי פעמיליס אטעטשט. איך האב מורא אז דער פרייז פון דריי פופציק איז צו הויך פאר מענטשן צו אריינשפרינגען אין א נייע געגנט. איך האף אז די מהר"זל פארטיי וויל נישט פארשפילן דעם עסק פאר אביסל געלט גייציקייט. פארוואס מוז מען מאכן 100 אלפים ריוווח אויף א הויז אז מען וויל דעם טובת הציבור?

איך טראכט נאר איין זאך אפשר אז די פרייז איז נישט אזוי ביליג וועט זיך דער שטעטל אפשר נישט בויען מיט מענטשן מיט ראציקע נעזער און דאס ארימסטע שיכט, ווייל אויב יא בויט מען א נישט קיין שטעטל נאר אן אינסטוטוציע.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1876 מאל

הודעהדורך אבי גערעדט » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:54 am

בן תמליון האט געשריבן:איך טראכט נאר איין זאך אפשר אז די פרייז איז נישט אזוי ביליג וועט זיך דער שטעטל אפשר נישט בויען מיט מענטשן מיט ראציקע נעזער און דאס ארימסטע שיכט, ווייל אויב יא בויט מען א נישט קיין שטעטל נאר אן אינסטוטוציע.


גערעכטע רייד, וקרית טאהש וחלק גדול מקרית יואל יוכיח
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 867
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

הודעהדורך מאיר_וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:45 am

יקרא ויאה את אין תערבי למרותא
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:07 am

רומערס גייען ארום אז מהרז"ל'ס שטעטל וועט קומען אריינגעבויעט אין די אינטערנעט סערוויס א משומר פילטער, און יעדער בעה"ב וועט צאלן $30 א חודש פאר די סערוויס. קען עס איינער באשטעטיגן? :P

אויף מהר"א'ס נייער ישוב לייג איך שטארקע האפענונגען, ווייל אפגעזעהן וואס מען האלט אויף אים, צי ער טוט טאקע אויף און צי ס'איז יא אדער נישט לשם שמים, האט ער א געוואלדיגע WILL POWER און ער האט דעם כח אדורכצושטופן זאכן וואס אנדערע זענען נישט מצליח, און ביי צדקה דארף נישט זיין לשם שמים, ווי חז"ל זאגן שוין, אפילו ע"מ שיחיה בני הרי זה צדיק, און ווי איז נאך פאראן א גרעסערע צדקה ווי צושטעלן אפפארדעבל דירות (און חתונה תקנות).

איינמאל עס וועלן שוין זיין אפאר נחשונים, עס וועט ווערן א נארמאלע סטאנדארד צו וואוינען דארט, מיט אלע סערוויסעס וואס מען דארף האבן, ווי גראסערי/געשעפטן/דאקטוירים/מוסדות, און אפשר טראנספארטאציע פון איין קאנטרי צום צווייטן און צו די סיטי און צוריק, וועלן צעביסלעך אנהייבן אהינצומופן מער און מער היימישע אידן, און עס וועט ווערן הרחבת הדעת בעז"ה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך קרעקער » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:45 am

אמת דער שמילאוויטש פראיעקט אין בלומענבערג ניו יארק איז נענטער צו א ווירקליכקייט ווי אלע אנדערע חלומות. איך מיין עס שטייט נאר דערווייל איין מאדעל הויז און די איבריקע גיסט מען יעצט פאונדעשאונס. זיי זענען דריי פעמיליס אטעטשט.


גערעכט, כבין דארט געוועהן דעם זומער, סאיז 25 מינוט פון קרית יואל, די פאנדעישען שטייט שוין פאר אסאך הייזער, סאיז דא אפאהר מאדעל הייזער, א מקוה, א ריזיגע בילדינג אפגעקויפט פאר א חדר אדער סקול, סאיז דא דארט פלאץ צו בויען 9000 הייזער, און ביז א האלב יאהר איז רעדי 450 דירות, איין הויפט מעלה איז אז סאיז פלעט נישט קיין בערג צו קריכען
סגייט זיין די רעוועלושען פונעם יאהר 100 א ריזיגע נייע יודישע שטאט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1089
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 533 מאל

הודעהדורך boxcover » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:51 am

שמעקעדיג האט געשריבן:רומערס גייען ארום אז מהרז"ל'ס שטעטל וועט קומען אריינגעבויעט אין די אינטערנעט סערוויס א משומר פילטער, און יעדער בעה"ב וועט צאלן $30 א חודש פאר די סערוויס. קען עס איינער באשטעטיגן? :P ...

ביי דע ביי, די תקנות ערלויבן נישט קיין אינטערנעט אינדערהיים אפילו מיט די משומד (קיין טייפא) פילטער.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:27 pm

וויאזוי ספעלט מען בלומענבערג? כ'קען עס נישט טרעפן
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:41 pm

Bloomingburg איך בין זיכער אז עס איז נישט לטובת הענין דער עולם זאל אהין גיין באזוכן יעצט. די נישט אידישע איינוואינער פון ארום 80 מענטשן אין א שטאט פון הינדערטער עיקער קעמפן א פארלוירענעם קאמפ קעגן דעם פראיעקט. זיי האבן ארויסגעשטעלט א סיין מען זאל ארויסהאלטן די אידישע אינוואדירער זאגט מיר איינער וואס האט דארט באזוכט.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1876 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:43 pm

דאס איז דאך 20 מינוט אוועק פון מאנטיסעללא
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט