די נייע "טאפאן זי" בריק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18947 מאל

די נייע "טאפאן זי" בריק

שליחה דורך שמעקעדיג »

אונזער דור איז אויפגעוואקסן אין א וועלט כשולחן הערוך. אמעריקע איז געבויעט געווארן צעביסלעך, אבער מיר האבן נישט זוכה געווען צו זעהן די שווערע ארבעט וואס איז אריינגעגאנגען דערין. די גאנצע אינטערסטעיט און הייוועי סיסטעם אין אמעריקע, אויסגעהאקטע וועלדער און פעלדער, טויזענטער בריקן, הונדערטער טונעלן, און הערליכע בנינים פון נידריגע פאלאצן ביז הויכע וואלקן קראצער, און ס'איז עולם כמנהגו נוהג, מען נעמט עס פאר גרענטעד, עס איז שוין ניטעמאל אינטרעסאנט.

עד שבא דער מאסן מערדער בין לאדין ימ"ש, און האט געמאכט היסטאריע מיטן אראפווארפן די העכסטע בנינים אין ניו יארק, 9/11 וועט נישט פארגעסן ווערן וזכרו לא ימוש ממנו עד עולם, און מיר האבן געהאט דעם כבוד מיט צוהאלטן ווי די ערזאץ, דער נייער שטאלצער פרידאם טאוער, ווערט געבויעט, א שטאק ארויף און דאן נאכאיינס, און ער איז שוין כמעט פארטיג. מען וועט פארגעסן די אלע מחלוקת'לעך אין די זייט, ווי די שטאטישע טאטעס האבן זיך גע'הרג'עט ווי בעביס, דער עיקר איז, אז אין אונזערע צייטן איז געבויעט געווארן היסטאריע, און מיר האבן עס געקענט מיטהאלטן לייוו, טאג נאך טאג, פארנדיג אין די מאנהעטנ'ער גאסן.

אין 2011 איז געקומען די החלטה פון די דעפט. אוו טראנספארטעישאן און די טרואוועי אוטאריטי (נישט די פארט אוטאריטי) אז הגיע עת רקוד, מען מוז איבערבויען דעם אלטן 'טאפאן זי' בריק, וועלכע לויפט איבערן האדסאן ריווער צווישן וועסטשעסטער קאונטי און ראקלענד קאונטי, איבער א לענג פון קרוב צו 3 מייל, און ברעכט שוין אונטער פון די שווערע לאסט, עס דערהייבט נישט מער דעם עול הגלות... דער בריק האט פארמאגט אסאך אלטמאדישע דעזיינס און האט גורם געווען צו אסאך עקסידענטן, דאפעלט ווי אויף אנדערע בריקן, און האט כסדר געהאט טרעפיק זיך שלענגלען אויף ביידע זייטן, און 7 לעינס סך הכל, דער מיטלסטער ליניע איז גערוקט געווארן פון צופרי ביז נאכמיטאג לויט דעם ראש-אוער.

דער נייער בריק אנטשפרעכט צו זיין א מייטערהאפטיגער שטיקל, מאיעסטעטיש און סטייליש, סיי בייטאג און נאך מער ביינאכט, ביינאזאם מיט די לעצטע טעכנאלאגיע צו פארגרינגערן פאר די דרייווערס. עס וועט פארמאגן 8 לעינס - 4 אויף ביידע דירעקציעס (גראדע א זאך וואס כ'קען נישט פארשטיין: וועט די איין-איינציגע צוגעקומענע ליניע אזויפיל ארויסהעלפן לגבי טראפיק? תיקו). דער בריק וועט זיין גענצליך אפגעטיילט אינמיטן, אזוי ווי 2 באזונדערע בריקן. אין צוגאב צו די 4 לעינס פער דירעקציע, וועט דער בריק האבן ברייטע שאולדערס פאר עמערזשענסי פערסאנעל, און אויך א פלאץ פאר מאס-טראנזיט (פובליק טראנספארטאציע), און א עקספרעס לעין פאר באסעס (כ'ווייס נישט אויב באזונדער). אויך וועט זיין א ליניע אין דער זייט פאר פעדעסטריענ'ס וואו פוס גייער וועלן קענען אדורכוואקן, און פאר ביציקלען, צו קענען אדורכשניידן מיט א בייק דעם בריק (הא, וועט דאס זיין פאן!). און מיר וועלן ווידעראמאל האבן די געלעגנהייט מיטצוהאלטן א סענזאציע און היסטארישע געשעעניש, ווי דער בריק וועט געעפנט ווערן (געפלאנט פאר יאר 2017). מען קען שוין יעצט זעהן ווי מען האט שוין אנגעהויבן די ארבעט, ווען מען פארט אדורך אויפן אלטן בריק.

דער בריק ווער געבויעט צו נארט פון די ביז-איצטיגע בריק (צו ראקלענד זייט), און וועט אויך ארויפגיין/אראפגיין שיעף אינמיטן, זינט די ראקלענד זייט איז פיל נידריגער ווי די וועסטשעסטער זייט. די טאל אפצאל וועט זיך פארדאפלען אדער פארטריפלען, פון די איצטיגע $5.50 ביז 12 אדער $15.
בייגעלייגטע פיילס
r46.jpg
r46.jpg (96.14 KiB) געזען געווארן 3792 מאל
r45.jpg
r45.jpg (60.94 KiB) געזען געווארן 3792 מאל
r41.jpg
r41.jpg (144.08 KiB) געזען געווארן 3792 מאל
r37.jpg
r37.jpg (92.85 KiB) געזען געווארן 3792 מאל
r36.jpg
r36.jpg (122.11 KiB) געזען געווארן 3792 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר