אנקעטע: פארוועם גייט איר שטימען פאר דיסטריקט אטורני?‎

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר

פאר וועמען גייט איר שטימען?

הסקר נגמר בתאריך מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:28 pm

טשארלס דזשאו היינס
16
50%
קען טאמפסאן
16
50%
 
וויילער בסך הכל: 32

באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

אנקעטע: פארוועם גייט איר שטימען פאר דיסטריקט אטורני?‎

שליחה דורך שעפטל »

ווי יעדער ווייסט און האלט מיט איז די וואלן איבער'ן פאזיציע פון דיסטריקט אטורני געווארן היציג, חוץ וואס די לאקאלע פאליטישאן'ס האבן גענומען אגרעסיווע שטעלונגן א שטייגער ווי דוב הייקינד פאר קען טאמפסאן, און דוד גרינפעלד פאר טשארלס דזשאו היינס, איז די מיינונג ביים ציבור שטארק צוטיילט ווער איז באמת א בעסערע קאנדידאט פאר אונז אידן.

טשארלס היינס איז שוין דריי און צוואנציג יאר דער דיסטריקט אטורני, אונטער זיין פירערשאפט זענען שוין טאקע אנגעקלאגט געווארן איבער געניג מענטשן, און לעצטענס (עיין ערך ר' יחזקאל שמש) איז ארויסגעקומען אז ס'זענען אנגעקלאגט געווארן אסאך אומשילדיגע אויך, וטאס דאס מיינט צוויי זאכן, איינס, אז אן אומשילדיגער מענטשן'ס לעבן איז אומגליקלעך געווארן, און צווייטענס די ריכטיגער מערדער/קרימינאלער איז אויף די פריי.

נעכטן האב איך געקריגן אן אימעיל פון א נאנטער מיינער וואס איז געגאנגן אלל אוט קעגן טשארלס היינס מיטן שרייבן:

בקיצור נמרץ וואס מען האט שוין איבערגערעדט מערערע מאל. היינס איז א דורכפאל פון א די-עי. ער ליידט פון בייפאלער, און ליידן לייד מיר אונז דאס מערסטע. אז מען קוקט זיין רעקארד זעט מען ווי ער סקרוט חרדים איינמאל נאכ'ן צווייטן און פאר די עלעקשאנס קומט ער זיך איבערבעטן און ווארפט א ביינדל. נאכ'ן ווארפן די ביינדל שרייט די מידיע אז ער איז צו פּרא-אידן, מוז ער דאך ווייזן אז ער איז נישט, ווערט ער ווילד און לויפט צו די מידיע שרייען אז די אידן זענען ערגער ווי די מאפיא. ווען דאס איז נישט גענוג ארעסטירט ער פיר בחורים פאר'ן כאפּן פיקטשערס כדי צו קענען לייגן אויף זייער בלעקבערי גרופ און דערקלערט אז דאס איז געווען א מעידזשאר עפארט פון די חרדי'שע קאמיוניטי צו אינטימידעיטן מאדאם קרויס. ווען דאס איז אויך נישט גענוג פירט ער דורך משונה'דיגע רעידס אינמיטן די נאכט. דעטעקטיווס אנגעטאן אין ציווילע קליידער קריכן אריין דורך פארטשעס און פענצטער און שלעפּן ארויס אידן ווי זיי וואלטן געווען טעראריסטן, און דאס פאר א פארברעכן וואס ער אליין איז מודה אז ס'דראעט זיי דערפאר ווייניגער ווי א יאר תפיסה (עווענטשועלי באקומען זיי ניטאמאל א וואך תפיסה). דאס זעלבע ארעסטירט ער א איד פאר איין רעקארדינג כאטש קיין געלט איז נישט אויסגעטוישט געווארן, און וויל אים אוועקלייגן פאר יארן אין תפיסה, הי' לא תהי'.

ווערט דאך א שטארקער הימל-געשריי אז היינס איז אַן אנטיסעמיט, קומט ער צו לויפן אויף אלע פיר און בעט זיך איבער. ער וועט נאר געבן אפאר חדשים תפיסה.

יעצט וואס גייט געשען מארגן? די גאנצע מידיע גייט שרייבן אז ער לעקט זיך צו די אידן, והא ראי' ער איז אפילו געגאנגען וויזיטן דעם סאטמארער רבי'ן וואס ער האט זיך געשוואוירן אז ער גייט אים נישט וויזיטן. גייט ער דאך אריינגיין אין א פרישן פרעשור צו ווייזן אז ער איז נישט קיין אידן פריינד, און ער וועט ווארטן אויף די קומענדיגע געלעגנהייט צו כאפּן אפאר אידעלעך און ווארפן די בוק פאר זיי, און זאגן אז מיר זענען ערגער פון די קריפס און בלאדס און אנדערע שווארצע גענגס.

און דאן גייט ער ווערן אַן אנטיסעמיט
און דאן גייט ער זיך איבערבעטן
און דאן גייט ער זיין צו א שטארקער אידן-פריינד
און דאן גייט ער ווידעראמאל מאכן א ווילדן מאוו און נאכאמאל ווערן אַן אנטיסעמיט.
דאס איז ווי היינס טוט ביזנעס

דער עולם פרעגט וואס וואלט געווען אויב קען טאמפּסאן וואלט געווען די-עי. אויב קוקט מען אויפ'ן מהלך פון אנדערע די-עיס אין ניו יארק קען מען אננעמען אז ער וואלט ווארשיינליך ארעסטירט אידן פון צייט צו צייט. אבער ער וואלט עס געטאן אויף א סטאבילן אופן. דאס מיינט ער וואלט נישט קיין טאג געווען דיין בעסטער פריינד און לכבוד דעם געווען אונטער דרוק א טאג דערויף דיך צו פאנטשן אזוי מיאוס. טאמפּסאן וואלט גאנץ זיכער יא ארויסגעגעבן די נעמען פון טשיילד מאלעסטערס (און היינס וועלכער האט קודם געטאן א טובה און נישט ארויסגעגעבן די נעמען כדי אז די מענטשן זאלן קענען שידוכים טאן, האט זיך שוין אויך געבראכן און ארויסגעגעבן די נעמען נאכ'ן קומען אונטער פרעשור. ער פארנעמט זייער ווייניג פרעשור). עס זענען דא נאך די-עיס אין ניו יארק און ניו דזשוירזי אין חרדי'שע געגנטער און קיינער פון זיי ארעסטירט נישט אידן "צוליב פרעשור"

אין אנדערע ווערטער: טאמפּסאן וואלט ארעסטירט וועבערמאן און אים מסתמא געגעבן 10 יאר תפיסה צוליב די שוואכע באווייזן וואס זענען געווען קעגן אים. ער וואלט נישט ארעסטירט פיר בחורים, און נישט ארעסטירט פיר יונגעלייט. יאסעלע מיט בומי און לעמאן דזשוס און די אנדערע וואלטן זיכער קיינמאל נישט געגאנגען זיצן ווייל זיי האבן באמת גארנישט געטאן, ווי יעדער וואס האט ברעינס ווייסט. די דריי בערגער ברידער וואלטן מעגליך יא און מעגליך נישט באקומען א סאמאנס זיך צו קומען אונטערגעבן אין א פּאליס סטאנציע, ווי מען וואלט זיי אנגעקלאגט אויף א קליינעם מיסדימינאר פאר'ן אראפרייסן א צעטל אן רשות, פאר וועלכן מען באקומט א פיין אבער נישט קיין שום תפיסה. אברומי רובין וואלט אפשר יא ארעסטירט געווארן, אבער דער ארעסט וואלט דורכגעפירט געווארן אינמיטן טאג, און וויבאלד ער האט קיינמאל נישט דורכגעפירט קיין שום פארברעכן וואלט דער די-עי אים תיכף געאאפערט א נארמאלע פלי.

דאס איז דער גראדער וועג פון טאן ביזנעס.

די גוטע נייעס פאר היינס איז אז מיר חסידים האבן א שוואכן זכרון. למשל יעדער פארגעסט אז אין 00' האט ארי' לייב גלאנץ און בעריש פרייליך און אנדערע לידינג חסידים געגעבן סטעיטמענטס פאר די מידיע און דערקלערט אז די חסידים גייען קיינמאל נישט וואוטן פאר היינס ווייל ער איז אַן אנטיסעמיט. "אויב ער קען עס טאן צו זיין בעסטן חבר בעריש פרייליך, דאן קען אים קיינער נישט טראסטן מער" האבן זיי דערקלערט מיט פאטאס.

וואס מיינט עטס האט היינס געדארפט טאן? צולייגן איין פרישע טשערי לייט צום עס יו ווי פונעם באטרעפנדן עסקן אדער אים געבן איין פרישן טשאפּלעין אדער לעלו קארטל און א טאג דערויף זעט מען שוין היינס זיך האלדזן און קושן (ליטערעלי) מיט די וואס האבן געשוואוירן אז זיי גייען קיינמאל נישט וואוטן פאר'ן אנטיסעמיט.

גייטס אלע ארויס שטימען פאר היינס, גייטס. ס'איז באמת נישטא קיין אנדערע ברירה ווייל דאס בלוט פון א היימישן עסקן קומט פאר אלעמען, אבער אויב היינס וועט פארלירן די וואלן און נישט איינהאנדלען דעם צוזאג, אויב היינס וועט יא געווינען די וואלן און יא האלטן דעם דיעל און לכבוד דעם נקמה נעמען אין אנדערע אידן כדי צו פראוון אז ער האט נישט ליב קיין אידן זאלט איר געדענקען אז איינער האט עס ארויפגעברענגט על הכתב. גארנישט מער.

היינס קען זייער גוט אונזערע שוואכקייטן. ער ווייסט אז אין די ווארסט קעיס קען ער נעמען א ספאנישן אדער שווארצן אדער האומלעס און אים ווארפן פאר די לייבן, פאר'ן מאכן א קאר עקסידענט, און אלע חסידים וועלן זיין העפי.

ובזה יצאתי ידי חובתי. מיר וועלן רעדן נאכאמאל דאס קומענדיגע מאל ווען טשארלס היינס וועט זיין אַן אנטיסעמיט און יעדער פון אונז וועט אים פיינט האבן מער ווי א נאצי.


דערנאך האט זיך ארומגעדרייט א אודיא פון העסקן נמרץ הרב אהרן יוסף שפילמאן, דער רעדאקטער פונעם 'מצליח' מאגאזין, אקטיווער באורד מיטגליד (צו אפשר מער...) פונעם OJPAC ארגענעזאציע, און טשאפלען פון די העריס שפיטאל. ווי ער רייסט אויך שטארק אונטער טשארלס היינס.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vHnp82Dp2a8[/youtube]

די פליפ פלאפינג פון היינס גייט נאך מער, נאכדעם וואס ער האט אפען געזאגט ביי אן אונטערוויו אויף די זאב ברענער שאו, אז ער וויל זיך נישט טרעפן און רעדן מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א, נאכדעם וואס סאטמארע רבי האט געלאזט פאלן ווערטער וואס האט פאר היינס אויסגעקוקט אז ער נעמט א צד אין די וועבערמאן סומאטאכע, אבער נעכטן האלטענדיג דריי וואכן בעפאר די וואלן מיט א שטארקע מעגליכקייט צו פארלירן, עכ"פ די אידישע שטימען, איז היינס אראפגעקומען פאר א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איבערצובעטן אויף די סטעיטמענטס וואס ער האט געלאזט פאלן אקעגן דעם רבי'ן פאר עטליכע חדשים צוריק.

*

פון די אנדערע זייט, ס'איז נישט קיין סוד אז טשארלס היינס האט אין די דריי און צוואנציג יאר זייער אסאך מיטגעארבייט מיט די אידישע קאמיונעטי, צענדליגער צו אפשר הונדערטער אדער גאר טויזענטער אידן זענען געגאנגן פריי מיט געוויסע טורמס וד"ל ואכמ"ל.

די היינס שטיצער שרייען אז נאך אלע מעשיות זענען די היינס שטרענגע שריטן איבער די יאר גאר געקומען ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה, מ'האט אים ממש געצווינגן עס צו טוהן, די מידיא צו פריוואטע מענטשן האבן געמאכט א לענגס און א ברייטס איבער ספעסיפיק קעיסעס און ער האט געמיזט גיין מיטן שטרענגסטן מיטל... אבער אין דזשענעראל האט ער גאר גוטע באציאונגן מיט יעדעם, ווייסע, שווארצע, ספאנישע און להבדיל אידן.

טשארלס היינס האט געכאפט רעכטס און לינקס פון די מידיע, פון זיינע איצטיגע קעגנערס, פון אידן וואס פאריפן זיך אדוואקאטן פאר וויקטעמס אז ער איז אין זיינע יארן אלס די עי באגאנגן מיט די אידן מיט זיידענע הענטשוך, אזוי ווייט אז זיין קעגנער קען טאמפסאן ווען ער האט אנגעהויבן זיין קאמפיין האט ער גאר געשריגן אז היינס איז צו ווייך צו די אידן...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_SdEfC22qfI[/youtube]

ווי דעוויד גרינפעלד האט זיך אויסגעדריקט ביי זיין אינדארסירונג פאר היינס,

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cYKOSWvp2Zg[/youtube]

וועם די אידישע עסקנים גייען אינדארסירן וועלן מיר ווארטן (אויב ס'מאכט אייך אפילו אויס) וואס איז אבער אייער אפיניאן יעצט? פארוועם גייט איר שטימען? האלט איר אז היינס האט אוועראלל געטוהן א גוטע דזשאב? האלט איר אז קען טאמפסאן איז טאקע אן אנטיסעמיט?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 111 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר