געווינערס-פארלירערס פון די נעכטיגע פריימעריס (לויט קארנבלי)

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

געווינערס-פארלירערס פון די נעכטיגע פריימעריס (לויט קארנבלי)

שליחה דורך שעפטל »

די ארטיקל (צוליב די בילדער...) ווערט צוטיילט אין דריי... ואתכם הסליחה

ישיבה ווארלד האט אן אלטן טראדישאן (פון...?) ווי נאך יעדע לאקאלע וואלן אז זייער שרייבער יעקב קארנבלי שרייבט נאכדעם ווער די געווינער זענען און ווער זענען די פארלירער (מ'רעדט דא על פי רוב, חוץ די קאנדידאטן אליינס.)

(אגב: קארנבלי איז א חסידישער בעלזער יונגערמאן, וואס האט זיך לעצטענס זייער ארויפגעארבייט מיט פראדוצירן און ריפארטן נייעס און ווידיאס פון די וואלן, א שטייגער וואס האט אים זייער פאפולער געמאכט איז געווען די ענטאני ווינער אויסבראך אין בארא פארק וואס זיין יו-טוב קליפ האט אריבער א מיליאן און זיבן הונדערט טויזענט קיקערס)
Jacob Kornbluh.jpeg
Jacob Kornbluh.jpeg (42.59 KiB) געזען געווארן 4032 מאל


און דאס איז זיינע רעזאלטאטן:

[center]געווינערס:[/center]

סאטמאר - מהר"א:
די אהרונים (ווי מ'רופט זיי) האבן נעכטן ס'ערשטע מאל ארויסגעשלעפט א געוואלדיגער עולם פון זייער זייט, און זיי האבן אנגעצויגן מיט בערך 42-43% פון די וויליאמסבורג'ע שטימען.
(הערת שעפטל: באמת בין איך נישט דא צו דעבאטירן דעם נומער, איך וועל אויסווארטן ווען איך וועל האבן מיינע פיינעל נאמבערס פון א יעדע ED)
דעס אז זיי האבן באוויזן גאנץ א מעכטיגע בלאק-וואוט אין וויליאמסבורג וועט זיי מסתמה היבש העלפן אויף ווייטער, ספעציעל אויב זייער מעיאר קאנדידאט ביל דיבלאזיא וועט טאקע זיין מעיאר.

אגודת ישראל ד'אמעריקא:
Aguda.jpg
Aguda.jpg (5.7 KiB) געזען געווארן 4032 מאל

נאך יארן וואס די אגודה האט געהאט א כמעט פארמאכטע טיר ביים איצטיגן מעיאר בלומבערג, וועלן זיי פארלייפיג האבן אן אפענע טיר ביים כמעט זיכערן קומענדיגן מעיאר ביל דיבלאזיא, נאכדעם וואס אלע דארט איינס ביי איינס זענען לאנג יעריגע דיבלאזיא פריינט און שטיצער.

חיים דייטש:
Chaim Deutch.jpg
Chaim Deutch.jpg (45.61 KiB) געזען געווארן 4032 מאל

קודם א מינוט איבער חיים'ן, חיים איז דער גרינדער פון די חברת שומרים אין פלעטבוש, בעיקר איז חיים מיט זיין פירערשאפט אין שומרים זייער באקאנט געווען/געווארן ביי די סענדי האריקעין, ווי ער האט אראפגעלייגט א מייסטערהאפטיגע ארבייט, ער איז געווען דער לעגעסלעטיווער געהילף פונעם ארויסגייענדיגן קאונסול מעמבער מייק נעלסאן.
יעצט, חיים האט קודם באמת נישט געגלייבט אז ער וועט געווינען קעגן זיין קעגנער ארי קעגאן
Ari Kagan.jpg
Ari Kagan.jpg (21.81 KiB) געזען געווארן 4032 מאל

(ארי, האט געארבייט פאר קאנגרעסמאן מייקעל מעקמאהען, און קאמפטראלער דזשאן לוא, אזוי אויך איז ער ערוועלט געווארן פאריאר אלס א דיסטריקט לידער אין די 45'סטע אסעמבלי דיסטריקט).
מיטן די געווינס פון האט חיים גאר גאר שטארקע שאנסן צו געווינען די וואלן אין נאוועמבער.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר