אסטראנאמישע סכומים אין יום הקדוש

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

אסטראנאמישע סכומים אין יום הקדוש

שליחה דורך שעפטל »

ביי אייך אין ביהמ"ד איז מפטיר יונה מסתמה געגאנגן פאר אפאר הונדערט דאלער צו גאר עטליכע טויזענט דאלער אבער אין געוויסע שוהל'ן איבער די וועלט איז דאס געגאנגן פאר גאר גרויס געלט.

אין די צענטראלע שוהל אין מאסקעווע, רוסלאנד, בנשיאות הרב פנחס גאלדשמידט, איז מפטיר יונה פארקויפט געווארן פאר צוואנציג מיליאן רוביל, וואס איז איבער זעקס הונדערט און צוועלעף טויזענט דאלער!!! די הכנסה גייט פאר די לאקאלע מוסדות, און ישיבה תורת חיים.

אין ביהמ"ד ד'מרכז וויזניץ בנשיאות האדמו"ר מהרמ"מ, איז  מפטיר יונה געקויפט געווארן דורך הנגיד ר' חיים שטערן פון קווינס, פארן סכום פון אכט און צוואנציג טויזענט דאלער!!!

אינעם ביהמ"ד פון הרב עובדי' יוסף, -וואס ווערט מארגן 94 לאויוש"ט-, פארקויפט געווארן מפטיר יונה פאר 26,000 ש"ח, וואס איז בערך 7,000 דאלער!

ביים פוסק הדור דער בעל שבט הלוי שליט"א, איז הוצאה והכנסה פארקויפט געןוארן פאר 40,000 ש"ח וואס איז איבער 11,000 דאלער, און מפטיר יונה פאר 22,000 ש"ח וואס איז איבער 6 אלפים!

ביי הרב יהושע פינטאו פון אשדוד, וואס האט געדאווענט אין א האטעל אין ירושלים האט זיך די פתיחה פאר כל נדרי פארקויפט פאר איין מיליאן שקלים! וואס איז איבער 280,000 דאלער!!!!!!!!

ווער נאך האט צוצולייגן פאנטאסטישע סכומים ביי אנדערע?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר