די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט

הודעהדורך נצבד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:48 pm

סאיז נישטא נאך א היימישע קאמפאני וואס האט אזא רייכע היסטארי פון שפיכת דמים (תרתי משמע), אנגעהויבען פון די קאמפאניס וואס זיי האבען פשוט און פראסט ארויסגע'גנב'ט(מיט כל מיני טעראר) פון די ארגינעלע בעלי בתים, און געענדיגט ביי אינז די פשוטע קאנסומערס, און זייערע קאמפעטישאנס אינדערמיט.


איך האף אי"ה זיך אויפפרישען די דעטאלען, וויבאלד סאיז שוין דורך א שיין ביסעל יארען, און דאס רעפארטען דא,

אבער און די צייט, קען דער עולם פארציילען וואס זיי ווייסען איבער די פאלגענדע קאמפאניס, וואס האבען געפיעלט קדם'ס מאפיאנערישע טאקטיקען אויף זייערע הויט,

תירוש,שיבולים,שופרה טשאקלאד,הדר (לויט מיין אינפא, האט קדם זיך ערשט פארמאסטען מיט הדר) א ניסלעך קאמפאני (דענק נישט די נאמען) .

ס'אמאל זיכער אז ווען דער עולם וואלט ווען געוויסט וואס און וויזוי די קדם'בינאו פאמיליע ארקעסטרירט זייער מאנאפאל אויף אינזער ציבור, וואלט ווען קיינער נישט צוגערירט צו זייערס אן אייטעם
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:48 pm

בינא?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1095 מאל

הודעהדורך נצבד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:52 pm

משפחה מיט לאסיאנוא, באמבינאו און די גאמבינאו'ס ועוד...
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:00 pm

במציאות, זענען די געפען פראדוקטן מיט א שמוץ ארונטער ביליגער ווי די אלגעמיינער מארקעט. קען זיין אז הא ניחא אין כולל גראסערי ווי זיי געבן אפשר בעסערע פרייזן צוליב זייער buying power, אבער אזוי איז דער פאקט.

מען דארף נאר געדענקן, אז על פי הלכה, ודעת תורה, איז קאמפעטישן א גוטע זאך, כמבואר במשנה סוף פרק הזהב. זעהט אויס אז נצבד (וואס איז פשט אין דעם ניק?) האלט אז קדם איז פסקי לחיותא פון די אנדערע קאמפעניס, וואס דאס איז אסור לויט אלע דעות.

געב ארויס די פרטי הדברים, און האף אז זיי סאבפינאו'ען נישט ערעב באריסטא שליט"א צו באקומען אייער אידענטיטעט כדי אייך צו קלאגן אין געריכט...
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

הודעהדורך איינגעמיירעט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:05 pm

סהאט מיר אוכט געוואונדערט וויאזוי קיינער רעדט נישט און שרייט נישט קיינמאל איבער די גרויסארטיגע רשעות וואס דיע משפחה האט אלץ צאמגעטוהן, און אלעס בהצנע לכת זיי מעניזשעין צו קאווערען זייער רשעות פאר דער עולם ווערט געוואר.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט מען זיי געדארפט באיקאטירן , איך האב מיטגעהאלטען די שבלים רשעות,און די שאקלאד,און ווען איך גיי און גראסערי קען איך נישט לייגען א Gefen פראדוקט און מיין שאפפינג קארט
אויב איינער איז באקאנט זאל ביטע שרייבען באריכות מחמת קוצר פנאי קען איך נישט שרייבען באריכות
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:23 pm

גפן איז נישט ביליגער ווי די אנדערע קאמפעניס
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1095 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:59 pm

איך האב שוין אויך געהערט פון זייערע strong arming קלענערע קאמפאניס און סטארס, דירסטריביוטערס, אבער איז ווייסט איינער אויב זיי טוען זאכן אומלעגאל? זענען זיי ערגער ווי יעדע גרויסע קאמפאני? איז עס אסור אפצוקויפן א ביזנעס פון איינעם פאר א פרייז וואס יענער דארף זיין משוגע אפצוזאגן?

איך דיפענד נישט די קאמפאני אדער זייער מעשים, און אפגערעדט אז עטיש און מענטשליך איז עס נישט, אבער איז דאס נישט וויאזוי ביזנעס אין אמעריקע גייט? סורווייוועל אוו די פיטעסט?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7616 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:28 am

געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב שוין אויך געהערט פון זייערע strong arming קלענערע קאמפאניס און סטארס, דירסטריביוטערס, אבער איז ווייסט איינער אויב זיי טוען זאכן אומלעגאל? זענען זיי ערגער ווי יעדע גרויסע קאמפאני? איז עס אסור אפצוקויפן א ביזנעס פון איינעם פאר א פרייז וואס יענער דארף זיין משוגע אפצוזאגן?

איך דיפענד נישט די קאמפאני אדער זייער מעשים, און אפגערעדט אז עטיש און מענטשליך איז עס נישט, אבער איז דאס נישט וויאזוי ביזנעס אין אמעריקע גייט? סורווייוועל אוו די פיטעסט?

אבער ס'זענען אויך דא "אנטי-טראסט" געזעצן אין אמעריקע, וועלכע פארמיידן פון א קאמפאני צו באקומען א מאנאפאל אויפ'ן מארקעט און אפהרג'נען קאמפעטיש'ן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14096
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9203 מאל

הודעהדורך נצבד » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:31 am

איין קליינע משל:

פאר ארום פופצען צוואנציק יאר צוריק, איז תירוש(זארגט אייך נישט, קדם אוינט זיי שוין היינט צוטאג) געשטאנען זייער שמאל,

קדם האט זיך דערוויסט אז בעפאר פסח האט דער בעל הבית פון תירוש זיך אנגעבארגט א געוואלד מיט געלט, און די פסח סיזאן איז געווען קריטיש וויכטיג פאר זיין עצם קיום, האט קדם קאנטאקטעד אלע מקוה אידען אז דאס יאר פסח ווילען זיי "טיילען אומזיסט!" פאר יעדען וואס איז גרייט צו נעמען גרעיפ דשוס,

די פלאן איז געווען זייער פשוט, אז תירוש זאל זיך דערשטיקען מיט זיינע גרעיפ דשוס אין "מיזען" אינטערגיין,און נאך בלייבען א בעל חוב.

קדם האט זיך נישט צום סוף געקענט אויסקומען מיט די מקוה אידען , ווייל זיי האבען געשריגען איז זיי ווילען פארדינען, און אז זיי וועלען טיילען בחינם העלען זיי גארנישט פארדינען, אויסצולייגען געלט פון טאש פאר די מקוה אידען'ס פראפיט, האבען קדם שוין נישט געוואלט, ממילא איז דאס נישט צושטאנד געקומען, אבער די מעשה ווייזט ווי ווייט די מאפיאנערען זענען גרייט צו גיין ,אינטערצוברענגען זייערס א קאמפאטישאן, נישט קיין חילוק ווי קליין( תירוש האט קיינמאל נישט געהאט קיין פינעף פראצענט פון די מארקעט) ער איז!
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך נצבד » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:01 am

סאיז סעיף צו זאגען אז די גאנצע זאך אז סאיז נאך בכלל דא א קאמפעטישאן פאר גפן, און די געשעפטען (פאר ווער עס ווייסט וויזוי זיי קאנטרעלירען די שעלווס פון "אלע" געשעפטען), איז נאר א דאנק די הינדערטער אדער גאר טויזענטער קונים אווי מיר, וואס וועלען קיינמאל נישט צורירען א קדם/גפן פראדוקט, אפילו דעם קאמפעטישאן'ס פראדוקט ליגט אויף די גאנץ אינטערשטע פאליצע ווי דו מיזט דיך ממש אראפבייגען ביזען קנעכל, און גפן'ס איז שטענדיג אויף די שאלדער היי שעלוו.

האט זיך טאקע ענק קיינמאל נישט געווינדערט וויזוי אלע גפן פראדוקטען, זענען שטענדיג שיין ברייט אויסגעלייגט ממש און דיין נאז, בשעת אלע אנדערע קאמפאניס זענען ערגעץ העכער אדער אינטער זיי ?
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:28 am

נצבד האט געשריבן:סאיז נישטא נאך א היימישע קאמפאני וואס האט אזא רייכע היסטארי פון שפיכת דמים (תרתי משמע), אנגעהויבען פון די קאמפאניס וואס זיי האבען פשוט און פראסט ארויסגע'גנב'ט(מיט כל מיני טעראר) פון די ארגינעלע בעלי בתים, און געענדיגט ביי אינז די פשוטע קאנסומערס, און זייערע קאמפעטישאנס אינדערמיט.


תירוש,שיבולים,שופרה טשאקלאד,הדר (לויט מיין אינפא, האט קדם זיך ערשט פארמאסטען מיט הדר) א ניסלעך קאמפאני (דענק נישט די נאמען) .



איז אזוי, קודם גלייב איך אז וויינשטאק\מיעל מארט האט זיך גארנישט צו שעמען פאר הערצאג\קדם. צווייטנס, איך האב טאקע קיינמאל נישט געהערט פון די אלע מעשיות, אדרבה, אפשר פארציילסטו וואס דו ווייסט, וואס איז די מעשה מיט שיבולים, שופרה טשאקלאד, הדר, ניסלעך קאמפאני.

איבער תירוש האב איך דוקא יא געהערט, אז עס האט געהערט פאר צוויי שווארץ ברודער, איינער האט געמאכט די וויין און דער אנדערער האט געפירט דעם ביזנעס, און קדם האט זיי געאפערט א הויכן פרייז אפצוקויפן, און דער ברודער וועלכער האט געפירט די ביזנעס האט פארקויפט, אבער דער אנדערער ברודער האט געזאגט אז ער האט נישט קיין חלק אין דעם און ער האט גע'עפענט ארמון (עללייד וויין), וועלכע מען קען טאקע היינט קויפן ביי די מקוה אידן, ער האט פיינע וויינען און ברוינפנס, און ער שטייט טאקע ווייט פון קדם, ער האט קיינמאל נישט געוואלט האנדלען מיט זיי.

פון איין אנדערע מעשה נבלה ווייס איך, אז דער בעה"ב פון ספיריט אוו סאלאמאן (שוין פארגעסן דעם נאמען) פלעגט מאכן היימישע ברוינפן און פארקויפן אין די מקוואות, דער עולם האט עס זייער ליב געהאט און עס אסאך געקויפט, האט קדם אים אפגעקויפט און געמאכט א דיל מיט אים אז זיי וועלן לייסענסן זיינע פראדוקטן (צו באקומען אזא לייסענס קאסט אסאך געלט) און וועלן זיין זיינע שותפים. ער האט מסכים געווען און מען האט געמאכט דעם דיעל, אבער פלוצלינג האט דער עולם אויפגעהערט קויפן (אזוי האט קדם עכ"פ גע'טענה'ט) און דער איד איז געבליבן אן פרנסה.

האט ער זיך געבארגט געלט און אליינס ארויסגענומען לייסענס און אנגעהויבן פראדוצירן ברוינפן אונטער דעם נאמען ספיריט אוו סאלאמאן, און פלוצלינג האט דער עולם ווידער אנגעהויבן קויפן...

עס איז אבער זייער אינטערעסאנט, ווער עס האט געקענט ר' יונה הערצאג ז"ל, דער איז דאך געווען א צדיק פון א איד, נישט סתם, גאר אן ערליכער איד געווען, און אפילו היינט זענען די הערצאגס פערזענליך זיייער פיינע מענטשן, דער טעראריסט\מאפיא עלעמענט קלעבט עפעס נישט מיט זייער מהות.

נו, ר' נצבד (ווער?) זייט מוחל לאזט אייך הערן.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1130 מאל

הודעהדורך נצבד » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 9:58 am

הדד:

גראדע פון די מעשה פון ספיריט אוו סאלאמאן האב איך נישט געהערט ביז יעצט.


יעצט די פאלגענדע איז נישט אזוי גרויזאם און בארבאריש, אבער באציהט זיך צו וואס חכם באשי האט געשריבען אז קאמפאטישאן איז געזונט פארען קאנסומער, כאילו די קדם קריים פעמילי מאכט זיכער אז סאיז דא קאמפעטישאן ביי די היימישע עסען פראדוקטען, זאג איך אייך אז זיי טוען כל טצדקי שבעולם אז סזאל נישט זיין קאמפאטישאן און זיי זאלען בלייבען מיט די מאנאפאל.


ביז פאר ארום פופצען יאר צוריק האט רוב רובם היימישער עולם קידוש געמאכט אדער אויף גרעיפ דשוס אדער אויף קאנקארד, טאקיי און סאטערען אד"ג , ניין און ניינציק פראצענט וויינען איז געווארען פראדעצירט דורך קדם, און יעדער איז געווען צופרידען, קדם ווייל זיי האבען געהאט די גאנצע מארקעט, און דער עולם, ווייל זיי האבען נישט געוויסט אז וויין איז עפעס וואס מ'קען ענדשויען....


ביז א שיינעם טאג איז א יונגערמאנטשיק (כ'דענק נישט זיין נאמען אויף די מינוט) פון צוואנציק יאר, אריין אין וויין דיסטריביושען, ער האט אנגעהויבען דיסטריביוטען "אלע" קאמפאניס פון וויין (דאכט זיך אז א גרויסע פראצענט דערפון איז געווען הדר) ער האט ממש געמאכט א רעוועלאציע ביים היימישען עולם אין די וויין געטרונקאכץ, יעדען צווייטען פרייטאג האט ער געמאכט און א צווייטען שוהל, וויין טעיסטינגס און אנגעהויבען ממש צווינגען דעם עולם צו אינדשויען דעם אור אלטען ויין ישמח לבב אנוש.

דער עולם האט אנגעהויבען פארלאנגען גוטע וויינען , איז געגאנגען קדם אין געזען און דעם יונגערמאן א שטארקע טרעט אין זייער דאמינענס, האבען זיי אנגעהויבען אים לייגען פיסלעך און סטראשענען די מוכרים, זיי האבען אים נישט געגעבען פון זייערע וויינען צו דיסטריביוטען, און ער האט זיך געמוזט פארלאזען נאר אויף אלע קלענערע קאמפאניס.

ביז קדם האט געזען אז דער יונגערמאן איז העיר טא סטעי, ער לאזט זיך נישט שאנטאזשירען פון זיי, האבען זיי געזאגט , אט דאס איז וואס אינז זיך מיר....
מ'האט אים אריינגענומען אונטער די קדם'בינאו פאמיליע'ס פליגלען...
און זינט דאן דיסטריביוט ער "נאר" פאר קדם.

און שוין
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:32 am

The founder of mount kisko published books against jews that didnt help their brethen. Now this is what became of them. Also there is another family there that are very rich and behave the same
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:14 am

איך בין זיכער אז אפאר יודען גייען האבען א שמחת יום טוב!
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (58.41 KiB) געזען געווארן 3529 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2771
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2371 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 10:13 am

אמת ויציב יעדעס ווארט וואס נצבד שרייבט און דאס רירט אן ממש נאר דעם שפיץ בארג פון די קדם מאפיאערן. עס איז ביי מיר ברור אז ווען דער עולם קאנסומערס זאל וויסן אפילו נאר א הונדערסטעל פון זייערע שגץ שטיק וואלט מען זיי באיקאטטעד אין גרויסן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2673 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 8:04 pm

איינער האט זיי געוואלט צופיקסען
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (99.04 KiB) געזען געווארן 3341 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2771
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2371 מאל

הודעהדורך zurich » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 8:25 pm

מאפיאנערען אהער מאפיענערן אהין וואס זאל מען טוען זייער גרעיפ דזוס איז זייער גיט!!
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 293 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:03 pm

קודם וועלכע אנדערע גרעיפ דזשוס האסטו געטרייט?
איך האלט אז NATURES OWN איז זייער גוט.
די סיבה פארוואס קדם איז אסאך מאל בעסער איז וועגען,
אויב עס געלונגט נישט די גרעיפ דזשוס אדער די טרויבען איז נישט גוט לייגען זיי נישט ארויף די קדם סטיקער נאר א תירוש אדער רש"י סטיקער וואס באלאנגט אויך פאר זיי,
= אלע שוואכע סחורה לייגען זיי אויף די אנדערע ברענטס.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2771
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2371 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:10 pm

NATURES OWN איז מבושל מייניך
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4215 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:38 pm

ווער איז NATURES OWN? היימישע קאמפאני? ס'האט זייער א רייכע געשמאקע פלעווארדיגע טעם. און סאך ביליגער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9551 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:26 pm

Natures Own האט נישט קיין אידישן טעם לעניית טעיסטי.
הגם זייער עפל דזשוס איז פון די בעסטע, לעשירת טעמי.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18569 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:30 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:Natures Own האט נישט קיין אידישן טעם לעניית טעיסטי.


קדם האט אוועקגעשטעלט וואס הייסט א אידישע טעם?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רויטע וואנצעס אום מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 2:13 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9551 מאל

הודעהדורך נצבד » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:13 am

אז דו וועסט טרינקען אפאר וואכען נעטשורס אוען, העסטו זאגען אז קדם איז סתם קאאל עיד,

סהאט זיך אמאל ארוםגעדרייט א ווערטל, אז קדם האט אמאל ציוויסען געלאזט פאר תירוש, אז ווילאנג ער וועט טרייען צו מאכען גרעיפ דשוס פון טרויבען, וועט ער אים קיינמאל נישט ביטטען...
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך zurich » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:04 am

איז נישט natures own אויך קדם??
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 293 מאל

שופרה טשאקאלאד

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:08 am

@נצבד די מעשה ווי אזוי קדם-גפן האט אונטערגעברענגט שופרה טשקאלאד.

קדם איז געווארען א שותף מיט שופרה און ער האט זיכער געמאכט זיך צי צעקריגען מיט שופרה און ווען שופרה איז געגאנגען צום דין תורה מיט זיי האט קדם ארומגעשלעפט מיט זיי ווי לאנג, אז נישט נאר ער האט נישט געהאט קיין געלט פאר די דין תורה נאר ער איז אפילו נישט איבערגעבליבען מיט קיין געלט צו עפענען נאכאמאל די ביזנעס = רשעות!!!

ועיין אין @מאראנצןזאפט -אשכול- וועגען די קארפטירטע בתי דינים.

לעצטענס האט שופרה נאכאמאל געפענעט א טשאקאלאד קאמפני מיטען נאמען פרדס.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2771
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2371 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: opensiteexplorer dotbot [Bot], במדבר און 5 געסט