העלא האט געשריבן:נאך מער פון אלעם בלוטיגט מיר די צער פון קאשוי רב'ס נשמה בעולם העליון וואסערע עונש ער האט ליידער באקומען פארן טשעפען סאטמאר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:זי איז נישט קיין בועט, און קיין להכעיס'ניק, און אויך נישט קיין כופר, פשוט געטוישט דאס לעבן סטיל. ווי כ'פארשטיי היט זי זיך אפ פון הארבע עבירות
שמואל הלוי האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:זי איז נישט קיין בועט, און קיין להכעיס'ניק, און אויך נישט קיין כופר, פשוט געטוישט דאס לעבן סטיל. ווי כ'פארשטיי היט זי זיך אפ פון הארבע עבירות
גיין אויסגעלאסן ביים ביטש אין פלארידא איז נישט קיין הארבע עבירה? שוין... לאמיר נישט רעדן...
העלא האט געשריבן:קוקן אויף פרויען אפילו אויף בילדער איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות
יאנקל האט געשריבן:העלא האט געשריבן:קוקן אויף פרויען אפילו אויף בילדער איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות
ס'איז מיר אלזא אינטערעסאנט וויאזוי דו ביסט אזוי באהאוונט מיט די בילדער פון פרוי פאלאק.
העלא האט געשריבן:איך רעד נישט פון קיין דיינים איך פון גמרא און ראשונים ואחרונים,
ביזט מודה אז ר' יואל טייטלבוים סאטמאר רבי האט געקענט כל התורה כולה?
ער האט געזאגט אמאל פאר א רב וואס איז אים געקומען פרעגן פארוואס מען טאר נישט דעיטן? האט ער געזאגט אז עס איז ביהרג ואל יעבור
האט אים די רב געפרעגט ווי די מקור איז, האט סאטמאר רב געענטפערט מיט די גמרא אין מסכת סנהדרין דף ע"ה:
ימות ולא תספר עמו מאחורי הגדר
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט