קרית יטב לב - בלומינגבורג נ.י.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

קרית יטב לב - בלומינגבורג נ.י.

הודעהדורך באגאבא » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 6:21 pm

אין דער איד די וואך טראמפטירט אויפן פראנט פעיזש מיט א גרויסן דורכברויך א נייער שטעטל "קרית ייטב לב"

וואס איך וויל פארשטיין וואס גייט מען דא מחדש זיין?
פארוואס זאל א אינגערמאן וואס האט נישט ביז יעצט געוואלט ארויס מופען קיין קרית יואל ווייל ער נישט געקענט סובל זיין דער שמאל קעפיגקייט פין דיעם ציבור וועט אין נייעם קריה געפינעם א פלאץ
דעיס איז קיין סוד נישט וויפיל בליט עס האט זיך געגאסען און קרית יואל ביז ווי לאנג דער פירעשאפט האט שלום מיטן מצב אז עס איז דא נאך א רבי און נאך א מיינונג, יעצט פארוואס זאל א אינגערמאן נאכאמאל אנהייבן דע גאנצע חתונה פין דאס ניי?

למעשה היינט איז קרית יואל א שטאט מיט איבער 50 בתי מדרשים כמעט 10 גראסערי אפילו 3 בית החיים וואס איך ווייס נישט צי עס דא אזאנס בכל כדור הארץ, הייב יעצט אן אלעס פין אלף, נאך ניטאמאל דא א בית המדרש חוץ א שיינע בילד, קיין פרנסה נישטא דארט געהעריג ביסט איבער 3 שעה פין דע סיטי אינדערפרי ביי דע ראש אער וואס איז דע חשבון פין דע גאנצע זאך?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך עוזר אום דינסטאג פעברואר 18, 2014 5:23 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
סיבה: קעפל געטוישט
באניצער אוואטאר
באגאבא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 7:40 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הודעהדורך outspoken » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 6:52 pm

נישט צו פארשטיין, ס'דא א זאך וואס האט שוין געקאסט בלוט, גייט מען אנהויבען פריש.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 797 מאל

פון די קאווע שטיבל ארכיוון

הודעהדורך משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 7:24 pm

א דאנק פאר אונזער חשובער באריסטא פאר'ן געבן צוטריט פון די אלטע ארכיוון!
תשל"ז

מאנסיער האט געשריבן:אין דער איד די וואך טראמפטירט אויפן פראנט פעיזש מיט א גרויסן דורכברויך א נייער שטעטל "קרית יואל"

וואס איך וויל פארשטיין וואס גייט מען דא מחדש זיין?
פארוואס זאל א אינגערמאן וואס האט נישט ביז יעצט געוואלט ארויס מופען קיין מאנסי ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין דער שמאל קעפיגקייט פין די דארפישער סטייל לעבן וועט אין נייעם קריה געפינעם א פלאץ?


חיים סקוויראוויטש האט געשריבן: נישט צו פארשטיין, ס'דא א זאך וואס האט שוין געקאסט בלוט, גייט מען אנהויבען פריש.



עקיבא הענדלער האט געשריבן: ממש?! אזוי אומפארשטענדליך?! נאר ר' מאטעלע מיט'ן סקווירא'ר זענען ערלויבט צו האבן א אייגענם שטעטל מיט א אייגענער פייפער?!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 1:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2723 מאל

הודעהדורך באגאבא » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 8:13 pm

אפשר ביסטו מסביר וואס דו זאגסט
באניצער אוואטאר
באגאבא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 7:40 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הודעהדורך משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 8:19 pm

איך זאג נישט גארנישט, איך ברענג נאר ארויף אלטע שמועסן. המבין יבין והמשכיל ידום.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 1:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2723 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 9:00 pm

משה געציל, ביסט זיכער אז קרית יואל איז נתייסד געווארן שוין נאכדעם וואס אין מאנסי איז געווען א געהעריגער ישוב?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7685 מאל

הודעהדורך משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 9:24 pm

יא
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 1:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2723 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 10:21 pm

דער פשוט'ער תירוץ? פיל ביליגער ווי קרית יואל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:32 pm

באגאבא: אלס ענטפער אויף דיין שאלה אין פתיחת האשכול, פארוואס א אינגערמאן זאל וועלן אנהייבן פון אלף, אין א ניי שטעיטל, קענמעון זאגן: אז די ארגאניזירער פונ'ם געפלאנטן נייעם מקום האפן אז דאס נייע פלאץ וועט ווערן געפיהרט אויף אזא אופן וואו קא-עקזיסטענץ מיט אנדערע גרופעס וועט נישט זיין א חלק פון די פירערשאפט פלאן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:39 pm

משה געציל: שטעל דיר פאר ווען אלע קרייזן אין ראקלענד קאונטי וואלטן יא ערלויבט געווארן צו האבן אן אייגענעם פייפער, וואלט זיך געטון א פייפעריי א יעדן ערב שבת ויום טוב אז די טיילענאל פאבריק וואלט געקענט אויפמאכן אן אייגענעם ברענטש נאר פאר'ן היימישן עולם וואס וואוינט דארט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 1:01 am

שמעקעדיג האט געשריבן:דער פשוט'ער תירוץ? פיל ביליגער ווי קרית יואל.


לא מיני' ולא מקצתי'. מען באקומט טאקע פיל מער - א גרויסע הויז, נישט הויך שטאקיג מיט צוואנציג שכנים אין א בנין, מען באקומט א בעיסמענט וואס אויב פיקסט מען עס אויף און מען פארדינגט עס קען מען אפשר טאקע אפקומען ביליג, אבער די פרייזן בעצם פון די דירות לויפן גאנץ הויך, לערך 350,000 - 400,000 $ דאס איז נישט אזא מציאה בכלל רעלאטיוו צו קרית יואל, ווען פון די אנדערע זייט האסטו דען חסרון אז דו ציסט זיך צו א ארץ לא זרועה וכו' וכו' וכו' (קרעדיט: שלום שטיסל)
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:07 am
האט שוין געלייקט: 4303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 1:43 am

פארוואס זאגסטו דאס, לויט די יעצטיגע פרייזן וואס איך זעה ברענגען, אז מ'רעדט פון 280 אלפים פאר 2800 סקווער פיס, דאס הייסט הונדערט דאללער פאר א סקווער פוס. ווען דו בויעסט אליינס א הויז קאסט עס דיר כמעט אזויפיל. סאו פון דעם פרייז פערספעקטיוו איז עס זייער א גוטער דיעל.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1465
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1105 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 10:33 am

א קריטיש וויכטיגע שאלה, וואס קינד און קייט פרעגט:

גייט דער נייער ישוב זיין א "סאטמארע/קרית יואל" סטענדערד שטעטל, אדער וועט עס זיין מער ליניענט און אפען פאר אנדערע סטענדערד מענטשן, ווי אין וומ"ב אדער מאנסי,

וואס איך מיין מער ספעסיפיק, קרית יואל, טראץ וואס עס האט אסאך מערערע קאנקורענץ קהלות, איז דער צד השוה, אלעס זענען סאטמארע טיפ קנאישע קהילות ווי צימביישפיל, ספינקא, טאהש, תולדות אהרן, וכדומה דאס איז אלעס כאניאקיש סאטמאריש, זייערער אלע רבי'ס זענען געווען חסידים והולכים בשיטתו פון סאטמאר רבי זצ"ל,
א חסידות וואס איז אביסל נישט סאטמאריש איז נישט בנמצא דארט, ווי למשל ס'נישטא דארט קיין פאפא, וויזניץ, באבוב, מונקאטש, וכדומה, די סארט חסידים שפירן זיך ווי ארויס-פון-פלאץ דארט,
ווי אויך קרית יואל האט נאר עקסטרעם סאטמארע סטענדערד מוסדות, ס'העט קיינער עולה על הדעת זיין צו עפענען א מער ליבעראלע מוסדות, ווי למשל פרויען זאלן מעגן דרייוון, ווייל אלע פראקציעס וועלן איהם פארשרייען,

אויב גייט עס זיין א קרית יואל סטענדערד, אפעלירן זיי צו ממש נאר גאר פרומע סאטמארע
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2053
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1694 מאל

הודעהדורך הילל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:36 pm

לויט זייערע באשרייבונג אין "איד" שרייבן זיי אליין אז זיי צילן בעיקר נאר סאטמארע מענטשן.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 4:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 340 מאל

הודעהדורך שעפטל » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:55 am

כ'זעה נישט די וואונדער, אין פאקט, אין קרית יואל איז איינער וואס באלאנגט נישט צום צד הווילידזש, פשוט סעקאנד קלעס, יא מיט זיינע 35 שוהל'ן און צוויי בתי חיים'ס.
ס'איז צייט פאר אן אייגענע מלוכה!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3362 מאל

הודעהדורך דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:01 am

און אין וויליאמסבורג, איז איינער וואס באלאנגט נישט צום צד פון ראדני פשוט סעקאנד קלעס מיט אלע מעכטיגע בנינים און בלאק וואוט'ס. קאם אן, וויפיל אידן פון העכער 25 קענסטו וואס געבן א "תרגומו של ויהס" פאר די נארישע נצחון המדומה געפיל? אפשר באציסטו זיך צו די פארטיי שישקעס און פירער וואס ביי זיי איז דאס מסתמא יא א היפשע אישו, אבער אם כדבריך זאלן זיי טון פונקט פארקערט, אריבער שיקן די 400 משפחות קיין מאנרא און צובאקומען נאך לערך טויזנט שטימען, און איבערנעמען דעם וויליזש און ווערן פירסט קלעס?

נאר וואס'זשע דען, דער עולם האלט נישט ביים קומען קיין מאנרא, וויליאמסבורג האט עפעס אזא פיק אויף מאנרא וואס מען קען זיי נישט בלעימען דערויף, ווייל אויב איז דא איין ווארט וואס קען כאראקטעריזירן גאנץ מאנרא על כל פלגיה, ממציל אשיך עד מוחה על סקול דיסטריקט'יך איז דא נאר איין טשויס: "קליינקעפיגקייט". אלעס פון מאנרא איז קליין קעפיג, אנגעהויבן פון אירע בני יואל'ע אידן וואס פירן שוין א דרייסיג יעריגע קריג צוליב א וויזשניצע טאכטער ר"ל, און געענדיגט ביי מצילי אש'ס גראנדיעזע פייער גאראזש, און אלעס אינצווישן.

נאר וואס, די שאלה איז נאר צי א נייער ישוב וועט בעסער זיין. אפשר איז דער פראבלעם דער עצם שטעטלישער לעבן? מאידך גיסא לאזט זיך שטארק הערן אז כולה בתר רישא גריר, דער פאקט איז געווען ביים גרינדונג פון מאנרא אז די ברייטערע - נישט שוואנצאנישע - מוחות זענען נישט אזוי גרייט געווען צו גיין לעבן אין א ארץ לא זרועה, מילא האט קטנות דאמינירט. אפשר אז מען שטעלט עס אויס אנדערש, וועט עס האבן א אנדער פנים. סאטמארע אידן זענען דאך נישט נארישער אין עוועריזש ווי סיי וועלכע אנדערע קרייז, און מסתמא נאר קלוגער (אדער אפשר איז דאס אויך איינע פון די סאטמארע מצוםצם'דיגע איינרעדענישן...)
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:07 am
האט שוין געלייקט: 4303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך shlomyg » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:59 am

@דעת תורה
אזעלכע שטיתים צי שרייבן אין חול המועד??!
לענ"ד איז קר"י איז זייער זייער ווייט פין קליינקעפיגקייט היינט צי טאג
--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
shlomyg
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 9:39 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך אבי גערעדט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 9:54 am

אבער מיט דעם וויליאמסבורג'ן פיק אויף מאנרא איז ער הייליג גערעכט.


shlomyg האט געשריבן:@דעת תורה
אזעלכע שטיתים צי שרייבן אין חול המועד??!
לענ"ד איז קר"י איז זייער זייער ווייט פין קליינקעפיגקייט היינט צי טאג



אגב הער איך אז די מייסדים פון יטב לב לאזן נישט קיין קרית יואל'ע קומען דערווייל, והסיבה פשוטה, יעדע צווייטע קרית יואלע אינגערמאן פון די פארטיי איז גרייט אהינצוגיין, אין מה הואילו חכמים בתקנתם
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 861
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 518 מאל

הודעהדורך הערשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:08 am

דעת תורה האט געשריבן:נאר וואס'זשע דען, דער עולם האלט נישט ביים קומען קיין מאנרא, וויליאמסבורג האט עפעס אזא פיק אויף מאנרא וואס מען קען זיי נישט בלעימען דערויף, ווייל אויב איז דא איין ווארט וואס קען כאראקטעריזירן גאנץ מאנרא על כל פלגיה, ממציל אשיך עד מוחה על סקול דיסטריקט'יך איז דא נאר איין טשויס: "קליינקעפיגקייט".

וויליאמסבורג האט א פיק אויף יעדן, פון די אכצן שיעור חימוץ ביז די צוויי און זיבעציג שיעור רבינו תם'ס, און מ'קען דערויף בלעימען נאר זייער אייגן שאוועניזם.
במימרא דר' יוחנן דחן המקום על יושביו, זאג איך אז די מאנראווער זענען נישט אזוי קליינקעפיג ווי די וויליאמסבורגער זענען דלי גאה, מצווחי ערוביך ועד שומרים כאפצעמיך.

מ'קלאגט אזויפיל איבער די דירות קריזיס, אבער ווען ס'מאכט זיך יא כי עתה הרחיב לנו קען מען נישט זאגן לפחות לפעלא טבא יישר. מ'מעג זיין ציניש אז דאס שטעטל וועט דינען נאר ענגע אינטערעסן, סוכ"ס איז דאך דער עולם נישט מוצמצם ח"ו, אבער לערנט אייך כאטש פון די מרגלים וועלכע האבן תחילה גערעדט בשבח הארץ פאר דער גרויסער ואולם. אן אתחלתא דגאולה איז עס עכ"פ, וממנו ילמדו.

באגאבא האט געשריבן:קיין פרנסה נישטא דארט געהעריג ביסט איבער 3 שעה פין דע סיטי אינדערפרי ביי דע ראש אער וואס איז דע חשבון פין דע גאנצע זאך?

מצומצמים, עפנט אייך די קאפ! אראנדזש און סוליוואן צוזאמען האבן א באפעלקערונג פון קרוב צו א האלב מיליאן. איר קלערט אז יעדן טאג זענען אלע עולה רגל צום עגל הזהב אין ניו יארק? אונז האבן מיר עגלים אין בית אל און אין דן אויך. מ'קען קראצן א דאלער ווייט פון די וואלקנקראצער אויך.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 941 מאל

הודעהדורך קרעמער1 » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 6:50 pm

ווי אזוי עס זאל נאר זיין, איז באגריסנווערד אז א קהילה האט שוין ענדליך געטוהן פאקטישע שריט צו געבן מער אויסוואלן פאר איינער וואס וויל (אדער מוז) אוועקגיין פון די סיטי.

ירבו כמותם בישראל!
און כ'ווייס נישט ווען, אבער אין יארן ארום וועט דער ריבו עם האפנטליך ברענגען די מציאות אז די אולטרא-ארטאדאקסישע טייל פון כלל ישראל וועט זיין צושפרייט און צעזייט אין די שטעט און שטעטלעך על אדמת די פאראייניגטע שטאטן. אזוי ווי עס איז אלעמאל געווען דער סדר פונעם יודישן פאלק אינעם צוויי טויזנט יעריגן גלות.
אבער ווי פריער עס געשעהט, אלס בעסער איז דאס בגשמיות וברוחניות. אלס ווייניגער הארץ-אטאקעס און אונטערדרוקטע מענטשן וועט זיין בתוכינו. אלס מער טיי-אוונטן און צדקה-אקציעס וועט מען זיך איינשפארן.

בלייבט נישט איבער מער ווי אויסרופן: אשריכם גיבורי החיל! וממנו ילמדו וכן יעשו. מ'ברויך מאכן א יפוצו!

ארויס פון קרוקלין!
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 10:04 am
האט שוין געלייקט: 293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך outspoken » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:40 am

ס'הייבט זיך שוין אן מיט די גוי'אישע שכנים...


Bloomingburg tries again for meeting on private girls' school
By Steve Israel
Times Herald-Record
September 24, 2013 - 2:00 AM

BLOOMINGBURG — A planning board meeting about a proposed — and much protested — private school for girls that was postponed because of overflowing crowds has been rescheduled for Thursday evening — in the same place that was so crowded a month ago, the meeting had to be cut short before it started.

The Bloomingburg Planning Board will host a presentation about developer Shalom Lamm's school at the Village Hall in this eastern Sullivan County village.

The school, which is planned for downtown Bloomingburg, would serve as Lamm's as yet unbuilt development of 396 townhouses. Many residents fear the development, which they say would be Hasidic, would overwhelm their village of some 400 residents, and the Pine Bush school district.

About 150 people packed the Village Hall and spilled into the parking lot last month before the meeting was canceled.

Those fears were fueled earlier this week when articles and a 16 page supplement appeared in Jewish and Yiddish publications referring to a new Satmar Hasidic community being built in Bloomingburg. One article listed a Brooklyn phone number for a contact about buying the homes.

Lamm said he had seen the articles and supplement, but "had nothing to do with it." He also said he hasn't marketed the Chestnut Ridge development to anyone but licensed Realtors.

"The only advertisement we took out was in the Times Herald-Record, period," he said. "But I'm a developer and I'm here to sell homes. I'm not going to say someone can live or they can't live here."

sisrael@th-record.com
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 797 מאל

הודעהדורך דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:01 pm

עס הייבט זיך אן...

אויב האבן די גוים דארט שכל, קויפן זיי אפ א צאל דירות, צושפרייט לענגאויס לעם'ס דעוועלאפמענט, פרובירן זאל ער נישט צו פארקויפן פאר זיי, וועט ער קענען זיצן אין געריכט מיט זיי אפאר יאר. אין פאקט, ער האלט אויף א אייגענעם וועבסייט ווי סיי ווער קען פרובירן צו קויפן א דירה אין דעם דעוועלאפמענט. עס זעהט אויס ער איז נאך נישט פארזיכערט מיט די באמבאסטישע הבטחות פון שמילאוויטש ענד קא.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:07 am
האט שוין געלייקט: 4303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

שטעיטל

הודעהדורך פרישער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 3:21 pm

http://www.vosizneias.com/142038/2013/0 ... -thursday/

עס זעיט מיר אויס אז דו שטעיטל כאפט א ריק
איך פארשטיי נישט פארוואס מען טיט איבער דעי זעלבע משוגעת יעדעס מאל, און מען לערענט זיך נישט פון אלטע פעילערן, וויפיל מאל דארף מען דורך פאלן איידער מען ווערט געוואויר אז עס איז דא ענין פון שתיקה, צים עולם ברויך מען זיך ווענדן ווען מען ברויך זיי, נישט א סקונדע פריער, קומען אזעלכע שוטים ווי שמילאוויטש אין לייגען א ספעציעלע ביילאגע אינעם דער איד, און האפען אז דער גוי וועט עס פינקט איבער היפען,
וואס האט ער געהאט דערפין, ער האט סך הכל געוואלט קענען קימען צו שפיזא ד'משה און סוכת רבינו, און דער רבי זאל אים געיבן לחיים מיט א באזינדערע שמייכל, און משה גבאי זאל עם געיבן א קלאפ אין ריקען וסיכת רבינו צהלה וסמייטא,
ווי איז אביסל דעת ווען מען ברויך עס אזוי וויכטיג,
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 10:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1069 מאל

הודעהדורך נאטרוליסט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 3:59 pm

פרישער האט געשריבן:http://www.vosizneias.com/142038/2013/09/24/bloomingburg-ny-re-scheduled-planning-board-meeting-on-private-jewish-girls-school-set-for-thursday/

עס זעיט מיר אויס אז דו שטעיטל כאפט א ריק
איך פארשטיי נישט פארוואס מען טיט איבער דעי זעלבע משוגעת יעדעס מאל, און מען לערענט זיך נישט פון אלטע פעילערן, וויפיל מאל דארף מען דורך פאלן איידער מען ווערט געוואויר אז עס איז דא ענין פון שתיקה, צים עולם ברויך מען זיך ווענדן ווען מען ברויך זיי, נישט א סקונדע פריער, קומען אזעלכע שוטים ווי שמילאוויטש אין לייגען א ספעציעלע ביילאגע אינעם דער איד, און האפען אז דער גוי וועט עס פינקט איבער היפען


נעבעך.
"פרישער" טייערער: עס קוקט אויס אז איר כאפט נישט אז די גאנצע שטעטל דארף מען נאר פאר "פאליטישע פאינטס" צו "פיקסן" און צו "שיקן א מעסעדזש"... עס האט נישט מיט'ן צושטעלן דירות פאר צעבראכענע פארפלאגע אידן!

די ביילאגע פון "דער איד" איז צו ווייזן "אני ואפסי"! וועק זיך אויף ביטע!
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך פרישער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 4:07 pm

אבער דו אינוועסטירער ברויכען דאך האבען אביסל מער שכל.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 10:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1069 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot], חיים יואל און 2 געסט