מחאה שילד קעגן ביבי נתניהו פאר די יו. ען. דשענעראל אסעמבלי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

מחאה שילד קעגן ביבי נתניהו פאר די יו. ען. דשענעראל אסעמבלי

שליחה דורך שעפטל »

[center]קול מחאה נשמע בחוצות העיר[/center]
א הילכיגע קול מחאה האט נעכטן מיטאג אפגעקלינגען אין די גאסן פון מאנהעטן אין די צענטער פארנט פון די יו. ען. הויפקווארטיר בעת עס האט דארט באזוכט און אויפגעטרעטן דער ראש ממשלת הכופרים ביבי נתניהו פאר די י"ו. ע"ן. דשענערא"ל אסעמבל"י.

ווי שוין באקאנט פאר אנ"ש תלמיד וחסידי סאטמאר אומעטום, האט מען בפקודת הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) מכריז געווען פארגאנגענעם יום שמיני עצרת בעפאר תפילת גשם, אז בפקודת רבינו שליט"א וועט מען אין די טעג - וואס דער ראש ממשלת הכופרים געפונט זיך דאהי אין אמעריקא - אריינשטעלן אנאנאסן אין די גוי'א'שע צייטונגען און אויסשרייען אונזער קול מחאה און ווי געשריי אויף זיין שרעקליכער רדיפת הדת אין ארה"ק.

אין די טעג זענען זיך טאקע אנשי שלומינו תלמידי חסידי מרנן רבותיה"ק מ'סאטמאר זי"ע ויבלחט"א ממלא מקומם בקודש כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) משתתף מיט סכומים הגונים פאר דעם צוועק, ווי עסקנים גייען ארום אין בתי מדרשות דקהל יטב לב ד'סאטמאר איבער גרעיטער ניו יארק אויפצוטרייבן די נדבות צו קענען אויספירן די קול מחאה מכח אל הפועל.

בנוסף צו די אנאנסן אין די צייטונגען, איז די קול מחאה נעכטן אראפגעשטעלט געווארן אין פאָרם פון א ריזיגין שילד אהערגעשטעלט און אויף געשטעלט געווארן דורך די עסקני קהלתינו פון וועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר אין צוזאמענארבעט מיט די הייליגע מוסד נטרונא.

נישט לייכט איז אנגעקומען צו טאהן אזא דראסטישע שריט, נאך וואס – ווי באוואוסט – זענען די ציוניסטיש'ע לאביע'ס גאהר גרויס אין אמעריקא בכלל און אין ניו יארק בפרט, אבער נאך שווערע באמיאונגען איז געלונגען פאר העסקן הדגול הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו מיט זיינע ווייטע באציאונגען צו עררייכן די נויטיגע פערמיטן אראפצושטעלן דעם שולד אין א ארט ווי עס איז אומדערהערבאר ביז היינט, בפרט אין די טעג וואס דער גאנצער ארום איז גאהר שטארק באוואכט צו די באזוכן פון גרויסע דיפאלמאטן איבער די וועלט, און די רעזולטאטן האבן טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען.

דער שולד האט מיט שרייענדע אויתיות אויסגערופן אין די ענגלישע שפראך בחוצות העיר לעיני העמים "נתניהו שטעל אפ דיין געצוואונגענע טאהטן אויף די ארטאדאקסישע אידן".

דער קלימאקס פונעם סוקסעס איז געווען ווען דער ראש הכופרים האט מיט א געהויבענען קאפ ארויסשפאצירט פון די הויפט טיר פון די געביידע און זיך דערזעהן מיט'ן ריזיגן שולד פראסקען אין זיין געמיינעם פרצוף.

דערמיט האט מען ווידעראמאהל מקיים געווען די הייליגע ווערטער וואס מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע שרייבט אין ספרו הק' ויואל משה איבער'ן חוב און פליכט אויסצושרייען אונזער מחאה און ווייטאג בחוצות העיר לעיני האומות (בייגעלייגט אויסצוגן פון די הייליגע מאמרים).

עס איז צום האפן אז די פעולות וועלן אויפטוהן און מיר זאלן שוין זוכה זיין צום ומלכות הרשעה במהרה תעקר בביאת משיח צדקינו.

[center]-ברוך המקדש שמו ברבים-[/center]

קרעדיט: בחצרות סאטמאר BechatsrosSatmar@Gmail.com
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר