שטאטישע בחירות אין ארץ ישראל - ח"י חשון

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שטאטישע בחירות אין ארץ ישראל - ח"י חשון

שליחה דורך מיין מיינונג »

אין די יעצטיגע וואכן איז ארץ ישראל אויפגעקאכט ווי א קעסל צוליב די בחירות פאר די ראשי הערים וואס ווערן אפגעהאלטן איבערן גאנצן לאנד. די בחירות וועלן אי"ה פארקומען ביום ח"י חשון.

די בחירות וואס זענען אינטערעסאנט פאר חרדים מיטצוהאלטן איז ווי פארשטענדליך די שטעט וואס זענען אמערסטענס באוואוינט מיט חרדישע אידן. ירושלים, בני ברק, בית שמש א.א.וו. די עיקר מלחמות צווישן די חרדים זעלבסט ווערן אפגעהאלטן אין ירושלים, בית שמש און אלעד.

בני ברק וועט פה אחד אויפנעמען דעם גורער קאנדידאט חנוך זייבארד אלס ראש העיר, אדאנק דעם הסכם וואס איז געשלאסן געווארן מיט יארן צוריק צווישן די חסידים און ליטאים אז איין קאדענציע דינט א חסיד און איין קאדענציע א ליטאי.

אין ביתר וואו עס איז מיט פיר יאר צוריק אפגעהאלטן געווארן בלוטיגע בחירות וואס האט גענצליך געטוישט די חרדישע פאליטישע מאפע, איז דעמאלס ערוויילט געווארן מאיר רובינשטיין, וואס האט יעצט באוויזן צוזאמצוברענגן א היסטארישע אחדות אין דעם שטאט און וועט פארבלייבן ראש העיר פאר נאך 5 יאר.

אין בית שמש שטייט דער חרדישער קאנדידאט און יעצטיגער מעיאר משה אבוטבול פון ש"ס אויס א ערענסטע פארמעסט מיט זיין קעגנער דער קאנדידאט פון הבית היהודי אלי כהן פארן ראש העיר בענקל. אלע חרדים זענען פאראייניגט אונטער משה אבוטבול. פאר סיטי קאנסיל איז שוין דא א וועלט מלחמה. גור, בעלזא און וויזניץ לויפן אויף איין טיקעט, כלל חסידי - שלומי אמונים אויף א צווייטע טיקעט און דגל התורה אויף א דריטע טיקעט.

אין ירושלים לויפט דער יעצטיגער פרייער מעיאר ניר ברקת, קעגן דעם מזרחיסט משה ליאון, וועלכע האט די שטיצע פון (כמעט) אלע חרדישע פארטייען, חוץ פון די בני תורה פארטיי אונטער הגר"ש אויערבאך וואס האט ארויסגעשטעלט א אייגענעם מעיאר קאנדידאט (מער וועגן די פארטיי אין א באזונדערע תגובה)

אין אלעד איז שוין דא הייס פייער, ווען נאטורליך באלאנגט די מעיארשאפט פאר ש"ס צוליב זייער מערהייט אין די שטאט, נאר היות אין די לעצטע דריי טערמינען זענען אלע ש"ס מעיארן דורכגעפאלן, האט ישראל בן מאיר פרוש באשלאסן ארויסצושטעלן זיין קאנדידאטור פאר מעיאר, און האט באוויזן צו באקומען די שטיצע פון אלע חסידישע און ליטווישע פארטייען. ש"ס האט ארויסגעשטעלט פון זייער זייט צוריאל קריסטפל, וועלכע האט געדינט מיט יארן צוריק אלס מעיאר אין די שטאט. דארט איז ערווארטעט א ערענסטע מלחמה ווי ש"ס פלאנירט אריינצוברענגן זייערע גרעסטע כוחות צו געווינען דעם פארמעסט.

מיר וועלן ממשיך זיין אין דעם אשכול נאך נייעסן און באריכטן איבער די וואלן.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...

דער אשכול פארמאגט 105 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר