אידישע וועלט טרויערט: בד"ה מרן הגאון רבי עובדי' יוסף זצ"ל!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

אידישע וועלט טרויערט: בד"ה מרן הגאון רבי עובדי' יוסף זצ"ל!

שליחה דורך מיין מיינונג »

אין די מינוטן קומט אן די ביטערע בשורה פון ירושלים עיה"ק איבער די פטירה פון דעם לעגענדארן מנהיג רבבות אלפי ישראל, און מעמיד עדת הספרדים על תילה מרן הגאון רבי עובדי' יוסף זצ"ל אין עלטער פון 94 יאר.

די היסטאריע פון הגר"ע יוסף איז גאר א רייכער, און איז אוממעגליך ארויסצוגעברענגט ווערן אין די ראמען פון בלויז איין תגובה. גאנצע ביכער זענען שוין אפגעשריבן געווארן און וועלן נאך ערשיינען איבער זיין לעבן און שאפן.

הגר"ע איז געווען א מנהיג וואס מ'דענקט זעלטן אין די גאנצע אידישע היסטאריע, א פוסק הדור אין אלע הינזיכטן, א מחבר פון צענדליגער ספרים, דער מציל ומושיע פונעם ספרדישן אידנטום, דער גרינדער פון די מוסדות "אל המעין" וואו הונדערטער טויזענטער קינדער ווערן נתחנך על דרכי התורה. און צוגאב איז ער געווען א געשולטער פאליטיקאנט וואס האט געשטורעמט די חרדישע און פריי וועלט צוגלייך, געמאכט העדליינס הונדערטער מאל דורך זיינע פאליטישע מאנווערעס, און געהאלטן די מדינה געשפאנט אויף די פינגער.

זיין פטירה איז א אויסטערלישער צער פאר הונדערטער טויזענטער אחב"י הספרדים וואס האבן זיך מתחמם געווען לאורו, און פאר די גאנצע אידישע וועלט וואס האט אזויפיל גענאסן פון דעם גאון וצדיק.


די לוי' פארשפרעכט צו זיין א היסטארישער פון אלע אספעקטן, מיט די באטייליגונגס פון שווערע הונדערטער טויזענטער מענטשן, חרדים ווי חילונים צוגלייך, אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות ולהבדיל ראשי המדינה.

מער פרטים איבער די היסטארישע לוי' וועלן נאכפאלגן.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...

דער אשכול פארמאגט 151 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר