בלאט 1 פון 1

שיסעריי אין לאס אנדשעלעס ערפארט

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:13 pm
דורך הדד בן בדד
די נייעס קוועלער מעלדן יעצט איבער א שיסעריי אינצידענט אין לאס אנדשעלעס אינטערנעשאנעל עירפארט - וועלכע איז איינס פון די גרעסטע ערפארטס אין אמעריקא - אין טערמינאל דריי.

עס איז נאכנישט קלאר וואס עס גייט דארט פאר, אבער לויט די ערשטע באריכטן איז לפחות איין טי. עס. עי. אפיציר (לייען: אפיציעלער רענצל פאקער) פארוואונדעט געווארן.

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:37 pm
דורך חד גדיא
זעהט נישט אויס ווי א גאר ערנסטע געשעעניש
http://www.usatoday.com/story/news/nati ... t/3351473/

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:13 am
דורך הדד בן בדד
אזוי נישט ערנסט'דיג, איז לפחות איין טי עס עי אגענט טויט, איינער פון זיי פארוואונדעט און נאך אפאר ציווילע פארוואונדעטע, און דער שיסער איז גאר געווען איינער פון די טי עס עי חברה, אף דוטי.

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:34 am
דורך רויטע וואנצעס
וודיאו מיט קלארקייט איבער די מעשה (ס'איז שוואך און אומקלאר ריפארטעט געווארן בדרך כלל)