בלאט 1 פון 1

נפטר געווארן הרבנית מ'בעלזא ז"ל

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:12 am
דורך הדד בן בדד
יעצט מוצאי שבת איז פארגעקומען אין א"י די לוי' פון הרבנית חנה רוקח, די לעצטע רביצין פון הרה"ק מהר"א מ'בעלזא זצוק"ל.

ווי איך הער זענען פארגעקומען צוויי לוויות, איינס אין בני ברק און איינס אין ירושלים. איך בין נישט זייער באקאנט, אבער איך ווייס אז במשך די יארן איז געווען כמה פעמים וואס די בעלזער האבן זיך מיט איר צוריבן, און געהאט צוטוהן מיט איר איבער פארשידענע עניינים, זי האט קינדער און אייניקלעך, און ווי איך פארשטיי זענען זיי בעה"ב פונקטליך איבער ווי עס זאלן זיין די לוויות, אבער ווי עס זאל נישט זיין, איז זי געווען א היסטארישע פרוי, זייענדיג די אשת חבר פון דעם מלאך ה' צבאות, וועלכער איז לויט כמה גדולי ישראל געווען דער לעצטער וועלכער איז נאך אריין אין דעם גדר פון תלמידי תלמידיו פון דעם בעל שם הק' און דעם אמת'ן דרך החסידות, הרה"ק דער בעלזא'ער רב זצוק"ל.

איך ווייס נישט פונקטליך אבער לכאורה האט זי שוין געדארפט צו זיין ארום הונדערט יאר אלט.

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:42 am
דורך רויטע וואנצעס
98 יאר אלט. א בילד ווי זי פראוועט חנוכה לעכט.

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:59 am
דורך zurich
זי האט קינדער?
מיט וועים האט זי חתונה געהאט נאכדעים?

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:03 am
דורך רויטע וואנצעס
זי האט קינדער מזיוג ראשון, און זי האט נישט חתונה געהאט נאכאמאל.

דא האסטו שיין באשריבן, מיט בילדער:
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=6 ... =6&scat=42

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 11:11 am
דורך היימישער ליטוואק
פארוואס מ'בעלזא? וואס איז דער שטראך נאך דעם מ'?

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:59 pm
דורך הדד בן בדד
היימישער ליטוואק האט געשריבן:פארוואס מ'בעלזא? וואס איז דער שטראך נאך דעם מ'?


ווייל בעלזא איז נישט קיין לשה"ק ווארט (אריין אין שפראך אשכול)

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:40 pm
דורך היימישער ליטוואק
so?

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:45 pm
דורך ונבנתה העיר