כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך גוגל-הדור » זונטאג אפריל 29, 2012 11:24 pm

ברעיקינג – כולל אינגערמאן פאר'חוב'ט זיך $170,000.00 צו באקומען לאטערי נומערן פון א מכשפה.
מארס דעם 30'סטן איז ווי באקאנט געשפילט געווארן די מעגא מיליאנס אויף דעם היסטארישן סכום פון 640 מיליאן דאללער. אין די פאר טעג פאר דעם לאטערי האט געשפילט, דרייט זיך ארום א כולל אינגערמאן נאכנישט פינף יאר נאך די חתונה, און בארגט פון אלע באקאנטע סכומים פון צען טויזענט דאללער מיט אן אויסרייד אז ער דארף געלט צייטווייליק אין זיין באנק קאנטע אלץ באווייז פאר א באנק הלואה. שטעלט זיך אויס אז דער געלט האט גע'פגר'ט.
דער אינגערמאן, לאמיר עם רופן ר' שאול, לערנט אין א היימישער באקאנטער כולל אין באראפארק, און איז עוסק בתורה ויראה און איז באמת אן אויסגערופענע מתמיד. געלערענט האט ער אין ישיבות וואס זענען נישט באקאנט פאר ארויסגעבן תמימים, און ווי ס'שיינט איז ער ביים לערנען טאקע א גרויסע למדן. ברם דא עקא, אז וואס ער לערנט איז ער מקבל מיט אן ערנסטקייט, און ווען ער איז צוגעקומען צום פסוק מעונן ומנחש ומכשף וחבר חבר ושואל אוב וידעוני ודורש אל המתים האט ער עכ"פ אזויפיל פארשטאנען אז די שאלה איז נאר צו מ'מעג, אבער ארבעטן ארבעט דאס זיכער...
א'כלל, שטעלט זיך א אינגערמאן מיט קינדער אין די שטוב וואס זענען באלד מער ווי די יארן וואס ער האט חתונה געהאט, און ער וואונדערט זיך איך יכנס כל הפשתן הזה? מ'מוז דעך מאכן השתדלות? עכ"פ מיט די לאטערי איז דאך שוין ביי די כולל אינגעלייט לאנג אנגענומען אז מיט דעם איז מען יוצא מצות השתדלות און די רעשט איז בלויז בטחון. אבער דאך, א'מרעדט פון אזוין איינמאליגע געלעגנהייט ווי געווינען 640 מיליאן, פארשטייט דעך יעדער בער דעת אז מ'דארף צולייגן עפעס אן השתדלות מער ווי געווענליך.
א'קיצור, ביי דעם אינגערמאן האט זיך דער איבריגע השתדלות אויסגעשטעלט אין פארעם פון זוכן די הילף פון זיינס א באקאנטן, נישט מער נישט ווייניגער נאר א פאלנער מכשפה! דער מכשפה האט שוין מער ווי איינמאל איבערצייגט דעם אינגערמאן אין אירע איבערמענטשליכע כוחות, און יעצט ווען מען רעדט פון אזוין פעטן פישעל, איז געקומען די צייט אויסצונוצן די כוחות פון אט די מכשפה צום צד הקדושה. אזויווי דער אינגערמאן האט נאר זיך אנגעבינדן צום מכשפה, האט זי עם מגלה געווען אז די שליסל פון דעם גרויסן גליקשיסל ליגט נאר ביי די מזלות. אבער, לדאבוננו, די איינציגע וועג צוצוקומען צו דעם שליסל, איז נאר דורך איינצאלן פאר זי א מאה, און אזוי אויך צושטעלן ריין גאלדענע בלעכן פאר דעם אומגעהויערן פרייז פון 70 טויזענט דאללער וואס דאס וועט ארויסשפייען די ריכטיגע נומערן אויסגעשטעלט לויט די אסטראלאגישע מזלות וואס אפילו אידן פאלן דערינטער.
ויהי היום – דער לאטערי שפילט, און ווי ס'שטעלט זיך אויס, איז אדער די גאלד נישט געווען ריין גענוק, אדער די מכשפה נישט שד גענוק, אבער די נומערן זענען געווען א צווייטנס, און די מזל איז פון דעם אינגערמאן אנטרינען.
כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל כעת... איז א משפחה אויף צרות.
אין דעם שוידערליכן געשיכטע האט זיך אריין געלייגט איין מלאך מיכאל און זוכט צו ראטעווען די אינג ווייבעלע מיט אירע עופ'עלעך פון אונטערגאנג פון שווערן אומזוסטן לאסט.
באניצער אוואטאר
גוגל-הדור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך זר זהב » זונטאג אפריל 29, 2012 11:28 pm

אמת'ע מעשה ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:17 am

מ'זאגט אז דאס איז אן אמת'ע געשיכטע. איך האב געהערט די מעשה מיט נעמען און פרטים.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3724 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך פראפעסאר שפירא » מאנטאג אפריל 30, 2012 10:12 am

כ'פארשטיי נישט, די מכשפה האט נישט געגעבען קיין גאראנטי ?

אין בכלל טאמער ווייס זי די נומערען וואלט זי עס נישט אוועק געגעבען אפילו פאר הונדערט מיליאן,
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך שרייבער » מאנטאג אפריל 30, 2012 10:47 am

א קשיא אויף א נאר
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך שלמה_דיין » מאנטאג אפריל 30, 2012 10:51 am

ה' ישמרנו. הגם אז חזקה על גוגל שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו... איז מיר שווער צו גלייבן די מעשה. אבער אויב איז דער מעשה אמת, איז דאס זיכער נאר אן עונש פאר זיך מטפל זיין מיט זאכן וואס ס'קען זיין אז די תורה אסר'ט.

בעיקר הדבר - ציווישן מענטשן גערעדט, זע איך בכלל נישט די נארישקייט פון דער אינגערמאן. ער האט אריין געלייגט געלט אין א זאך וואס האט זיכער געקענט מצליח זיין מיט מער מעגליכקייט אויף יא ווי אויף נישט בפרט אויב ס'איז איתמחי גברא (נשי) ואיתמחי קמיעי פון דעם מכשפה. מיט איין זאך האט ער זיך יא באנארישט, אז ער האט נישט געזאגט אמת פאר די מלוים. ער האט געקענט פונקט אזוי פארציילן די אמת פאר די מלוים אז ער דארף די געלט אויף צו געווינען די לאטערי, און די מלוים וואלטן זיכער עם פונקט אזוי געגעבן! יעצט אז ער האט נאר פארציילט אז ער דארף עס פאר א קורצע געלט דריידל, קענען זיי אפשר טענה'ן אז אדעתא דהכי וואלטן זיי נישט געבארגט. הגם אז איך האלט נישט אז זיי זענען גערעכט, קענען זיי אבער האבן א דין תורה דערויף.

אין די עצם שאלה פארוואס די מכשפה וואלט נישט פאר זיך אליין פארציילט די נומערן, האט איך אנגעפרעגט ביי א מומחה אין די זאך. יענער טענה'ט אז לכאורה האט זיך דער מכשפה דא באנוצט מיט אסטרולוגיה. די וועג וויאזוי דאס ארבעט האט אסאך צוטוהן מיט די פרטיות'דיגע מזל פון דעם מענטש אויף וועם די מכשפה 'עט זיך מעדיטעיטן, און דורך דעם טוט זי באצוואונגען די לאטערי ארויסצוגעבן די נומערן וואס דער אינגערמאן האט זיך געקליבן. ממילא קומט אויס אז דאס האט א שטארקע ברירה געהאט צו ארבעטן, אבער נאר מיט דעם אינגערמאן, נישט מיט א צווייטן.

בין אדם למקום, דא גייט שוין דער אינגערמאן אריין אין האבערע ענינים. תמים תהיה איז דאס זיכער נישט, אבער אויף שואל אוב וידעוני דארף מען וויסן פונקטליך וואס דער מכשפה האט דא אנגעארבעט. אויב איז דאס אסטרולוגיה, איז נישט אזוי הארב, אויב אבער מיט די אנדערע קונצן, דארף מען דאס שוין אדורך טוהן מיט מער יישוב הדעת.
שלמה_דיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:05 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך פריינדליך » מאנטאג אפריל 30, 2012 11:08 am

שלמה_דיין האט געשריבן:בין אדם למקום, דא גייט שוין דער אינגערמאן אריין אין האבערע ענינים. תמים תהיה איז דאס זיכער נישט, אבער אויף שואל אוב וידעוני דארף מען וויסן פונקטליך וואס דער מכשפה האט דא אנגעארבעט. אויב איז דאס אסטרולוגיה, איז נישט אזוי הארב, אויב אבער מיט די אנדערע קונצן, דארף מען דאס שוין אדורך טוהן מיט מער יישוב הדעת.


איך האב א פארקערטע מיינוג, מען דארף עס נישט אדורוך טיען און מען דארך נישט רעדן דערפון,
א אינגערמאן איז נעבעך אדורוך געפאלען מיט א שטות, מעגליך א עבירה, וואס איז דאס די וועלטס דאגה?

פארוואס פארדינט ער אז ער זאל זיין דא צושמירט? ער האט איינעם דא וויי געטיען? ער האט איינעם דא בא'עוולה'ט? האט ער נישט געונג פראבלעמען אז ער מוז צוקימען צו די בושות פון די סייט? זענענן דען די שרייבער דא אויסגעארבייטע מענטשן זיי מאכען נישט קיין טעותים?

לאזט אפ דעם אינגערמאן! ער האט פון קיינעם דא נישט געבעטן קיין טובה, ער האט קיינעם נישט דא שלעכטס געטיען! און ווער עס פגר'ט צו רעדן פון צרות ישראל, אדער פון דורוכפעלער, זאל אויספאקען זיין אייגענע,

אזא אשכול וואלט געמעגט ווערען אפגעשפארט, און אויסגעמעקט,
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך דבילה » מאנטאג אפריל 30, 2012 11:23 am

פריינדליך האט געשריבן:
שלמה_דיין האט געשריבן:בין אדם למקום, דא גייט שוין דער אינגערמאן אריין אין האבערע ענינים. תמים תהיה איז דאס זיכער נישט, אבער אויף שואל אוב וידעוני דארף מען וויסן פונקטליך וואס דער מכשפה האט דא אנגעארבעט. אויב איז דאס אסטרולוגיה, איז נישט אזוי הארב, אויב אבער מיט די אנדערע קונצן, דארף מען דאס שוין אדורך טוהן מיט מער יישוב הדעת.


איך האב א פארקערטע מיינוג, מען דארף עס נישט אדורוך טיען און מען דארך נישט רעדן דערפון,
א אינגערמאן איז נעבעך אדורוך געפאלען מיט א שטות, מעגליך א עבירה, וואס איז דאס די וועלטס דאגה?

פארוואס פארדינט ער אז ער זאל זיין דא צושמירט? ער האט איינעם דא וויי געטיען? ער האט איינעם דא בא'עוולה'ט? האט ער נישט געונג פראבלעמען אז ער מוז צוקימען צו די בושות פון די סייט? זענענן דען די שרייבער דא אויסגעארבייטע מענטשן זיי מאכען נישט קיין טעותים?

לאזט אפ דעם אינגערמאן! ער האט פון קיינעם דא נישט געבעטן קיין טובה, ער האט קיינעם נישט דא שלעכטס געטיען! און ווער עס פגר'ט צו רעדן פון צרות ישראל, אדער פון דורוכפעלער, זאל אויספאקען זיין אייגענע,

אזא אשכול וואלט געמעגט ווערען אפגעשפארט, און אויסגעמעקט,


מיין מיינונג איז פארקערט. איך בין זיכער אז די מעשה איז נישט אמת, און גוגל האט אונז ס"ה צוגעשטעלט א שיינע דראמא זיך דערמיט צו באסמאקעווען. חוץ אויב פריינדליך האט מער פרטים און ווייסט זיכער אז די מעשה איז אמת...
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 626 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך קרעמער1 » מאנטאג אפריל 30, 2012 1:12 pm

יא אמת נישט אמת, עס איז א גרויסע רחמנות אויף אזא יונגערמאן און לדעתי ברויך דער אשכול בלייבן אז מען זאל וויסן שלא תמות כדרך שמת פלוני

ווילאנג מען שרייבט נישט ארויס קיין פערזענליכע פרטים, פארשטייט זיך
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך פראפעסאר שפירא » מאנטאג אפריל 30, 2012 1:31 pm

כ'האב א פשוטע עצה, מען זאל זאגען פאר די מכשפה זי זאל צוריק געבען די געלט,
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 30, 2012 1:32 pm

קרעמער1 האט געשריבן:יא אמת נישט אמת, עס איז א גרויסע רחמנות אויף אזא יונגערמאן און לדעתי ברויך דער אשכול בלייבן אז מען זאל וויסן שלא תמות כדרך שמת פלוני

ווילאנג מען שרייבט נישט ארויס קיין פערזענליכע פרטים, פארשטייט זיך

"שלא תמות כדרך שמת פלוני" איז בכלל נישט שייך דא, ווייל א געווענדליכע נארמאלע מענטש וועט עס עניוועי נישט טוהן.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 30, 2012 1:32 pm

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:כ'האב א פשוטע עצה, מען זאל זאגען פאר די מכשפה זי זאל צוריק געבען די געלט,

אזא קאפשטיק איז מיר נישט בייגעפאלן :like
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג אפריל 30, 2012 3:05 pm

עס האט מיר פריער איינער דערציילט אז דער יונגערמאן איז אים שוין שולדיג געלט איבער א האלב יאר, און אז ער ווייסט אז ער איז שוין שולדיג 50 אלפים פאר א לענגערער תקופה. דאס מיינט אז זיינע חובות האבן זיך נישט אנגעהויבן מיט דער אנגעבליכער געשיכטע פון דער מכשפה, נאר נאך פריער האט ער ווארשיינליך געהאט א שייכות מיט צווייפלהאפטיגע געשעפטן.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3724 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך ברוין » מאנטאג אפריל 30, 2012 6:29 pm

יענקל האסט צוווארפן די בנין.
אויב די חובות האבן נישט מיט די לאטערי איז גאר מעגליך אז ער האט גארנישט מיט די מכשפה. איז דאס א פשוטע אינגערמאן וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין חובות און ער איז גארנישט אנדערש ווי האלב וויליאמסבורג און ב"פ וואס זיצן אין חובות און באצאלן נישט.
די מעשה איז א שיינע נאוועל געשיכטע אז מ'זאל וויסן זיך צו היטן פון מכשפות. אויב שוין אזוי, קען מען צוריק ברענגען די 'וויטש' פון מיסט קאסטן און האבן א פארטיגע מנחם מענדל שטיקל
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:22 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך יידל » מאנטאג אפריל 30, 2012 7:00 pm

פריינדליך האט געשריבן:אזא אשכול וואלט געמעגט ווערען אפגעשפארט, און אויסגעמעקט,

ווילאנג קיין פריוואטער נאמען ווערט נישט דערמאנט איז נישט דא קיין שום סיבה צו מעקן אדער שפארן. לאז מיך אייך ציטירן פון די "ווארט צום נייעם מעמבער":

admin האט געשריבן:וויבאלד דער עיקר ציל פון "קאווע שטיבל" איז צו געבן א פלאטפארמע פאר יעדן אינדיווידועלן מענטש פון דעם אידיש-רעדנדן חרדי'שן ציבור און אז אלע זאלן זיך קענען היימיש צונויפשמועסן, אפגעזען די פערזענליכע מיינונגען פון אנדערע מיטגלידער אדער חברי ההנהלה, וועלן מיר נישט פירן קיין אקטיווע צענזור-אקטיוויטעטן. די הנהלה נעמט אן מיט א פשטות אז די שרייבער זענען גענוג ערוואקסן און אינטעליגענט זיך צו באגרעניצן איבער וואס און וויאזוי צו שרייבן. מיר פארשטייען אז די חברי הקהל וועלן זיך זעלבסט-צענזורירן און שרייבן אויף אזא אופן ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, בסבר פנים יפות, בנחת, מיט רעספעקט פאר זיך און פאר'ן גאנצן ציבור, און אידישליך אויסגעהאלטן.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך איינער » מאנטאג אפריל 30, 2012 8:34 pm

שלמה_דיין האט געשריבן:בעיקר הדבר - ציווישן מענטשן גערעדט, זע איך בכלל נישט די נארישקייט פון דער אינגערמאן

די זעסט נישט די נארישקייט פון דעם אינגערמאן??!!
ער האט אריין געלייגט געלט אין א זאך וואס האט זיכער געקענט מצליח זיין

איך ליין גוט??!!
מיט מער מעגליכקייט אויף יא ווי אויף נישט בפרט אויב ס'איז איתמחי גברא (נשי) ואיתמחי קמיעי פון דעם מכשפה

שטיי אויף....
מיט איין זאך האט ער זיך יא באנארישט, אז ער האט נישט געזאגט אמת פאר די מלוים

איין זאך!?

איך פערזענדליך גלייב נישט די מעשה, אבער די ווייסט וואס, מיט א כולל אינגערמאן קען מען זיך נישט אויסרעכנען.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 10:21 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך קרעקער » מאנטאג אפריל 30, 2012 9:01 pm

אויב זי וייסט ווען די נאמבערס וואלט זי עס ווען גענימען פאר זיך

צוייטענס זי איז למעשה זייער ביליג, 170000$ פאר א ביליאן דאלאר לאטערי איז נישט באצאלט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1089
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 533 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג אפריל 30, 2012 9:05 pm

ברוין האט געשריבן:יענקל האסט צוווארפן די בנין.
אויב די חובות האבן נישט מיט די לאטערי איז גאר מעגליך אז ער האט גארנישט מיט די מכשפה. איז דאס א פשוטע אינגערמאן וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין חובות און ער איז גארנישט אנדערש ווי האלב וויליאמסבורג און ב"פ וואס זיצן אין חובות און באצאלן נישט.
די מעשה איז א שיינע נאוועל געשיכטע אז מ'זאל וויסן זיך צו היטן פון מכשפות. אויב שוין אזוי, קען מען צוריק ברענגען די 'וויטש' פון מיסט קאסטן און האבן א פארטיגע מנחם מענדל שטיקל

איך האב נישט צעווארפן קיין שום בנין. אויב איז די מעשה אמת, לייגט זיך אויפ'ן שכל אז דער יונגערמאן האט געהאט א לענגערן שייכות מיט דער "מכשפה", און זי האט פון אים געפרעסן געלט א לענגערע צייט. דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס אזוינס פאסירט - עס זענען פאראן פארשידענע אזעלכע געשיכטעס. א שנעלע סוירטש האט מיר צוגעשטעלט דאס: http://www.rickross.com/reference/psych ... ics24.html
די חברה האבן א שפראך וויאזוי זיי קענען איבערצייגן א מענטש צו טון אזעלכע לעכערליכע זאכן. זי וואלט אים למשל געקענט איינרעדן אז זי אליין קען נישט אויסגעפינען די ציפערן פון דער לאטערי, אבער אויב באקומט זי פון אים גאלדענע פלאטעס, קען זיך דורך זיין שורש נשמה דאס אויסגעפינען כו', ואין קץ לדברי רוח.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3724 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג אפריל 30, 2012 9:18 pm

איך בין אונטער שאק!!!
איך קען דאס נישט גלייבען. קען נאך איינער באשטעטיגן די מעשה??
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5427 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך פינטאו » מאנטאג אפריל 30, 2012 9:35 pm

טוען דען נישט די ניגעריער מאכן אזוינע שטיק כסדר? און צומאל מיט קלוגע, נארמאלע, און ארויפגעקוקטע מענטשן? אלא מאי, דאס איז א סקיל וואס די חברה האבן צו קענען פארנארן מענטשן.
פינטאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:44 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך ידען » מאנטאג אפריל 30, 2012 9:37 pm

יוש איז דעעיס גוט

גוגל ביזט ריזיק!

נעמען א מעשהלע און עס אזוי באשרייבן..
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג אפריל 30, 2012 9:39 pm

ידען האט געשריבן:יוש איז דעעיס גוט

גוגל ביזט ריזיק!

נעמען א מעשהלע און עס אזוי באשרייבן..

די קענסט די מעשה?? איז עס דא איבערגעטריבען?
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5427 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך חד גדיא » מאנטאג אפריל 30, 2012 11:01 pm

ס'איז א שרעקליכע מעשה. איך קען די פרטים פון די נאנט. מ'רעדט נישט פון די גרויסע לאטערי. דער אינגערמאן האט שוין לאנג א שייכות מיט א 'סייקיק'. דאס מיינט איינער וואס זעט עתידות. זי האט אים איינגערעדט אז זי קען אים מאכן אליינס זעהן די אייגענע עתידות דורך פארשטיין זיין נשמה. דאס אלעס לויט אסטרולוגיה.
ער האט נעבעך באצאלט נישט נארמאלע סכומים געלט פאר די סייקיק. ער האט צאמגעבארגט צענדליגע טויזענטער דאלערס אין לויף פון בערך א יאהר. אין די צייט האט זי אים געגעבן "שיעורים" ווי אזוי צו קענען אליין מכוון זיין צו די עתידות. לויט איר האט ער געדארפט ווערן א מיליאנער ערגעץ אין די לעצטע וואכן.
ווען אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט איז ער געגאנגען זיך אויסוויינען צו א רב אין בארא פארק. ער האט אים געצווינגען צו דערציילן פאר זיין ווייב. און צעביסלעך איז די מעשה ארויסגערינען.
איך קען דעם אינגערמאן פערזענדליך. ער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!! ער האט א שטארקע קאפ און איז א ערנסטע תלמוד חכם. אויך פארשטייט ער גוט א עסק! ס'איז נישט צו גלייבן אז ער האט זיך געקענט אזוי לאזן. פון דעם דארף מען זיך אפלערנען נישט צו בארגן קיין געלט פאר קיינעם אן א ערב. און אז "יעדער" קען אריינפאלן אויב מ'האט נישט די קאפ אויפ'ן פלאץ!!
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 630
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 631 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך ברוין » מאנטאג אפריל 30, 2012 11:16 pm

יענקל
ארגינעל האב איך פארשטאנען אז מ'ווייסט אז די מעשה איז געשען ביי די לעצטע לאטערי און דו ביסט געקומען זאגן אז דו ווייסט ער איז שוין שולדיג פון פארדעם. אויף דעם ארויף האב איך געשריבן אז אויב איז די שמועה האלב נישט אמת דאן אפשר איז די מעשה כלל נישט געשטויגן. אבער יעצט ליין איך חד גדיא'ס תגובה און מיין הארץ בלוטיגט פאר א אינגערמאן וואס איך אריין געפאלן אין די נעץ.

אגב, וואס איז 'סייקיק'? א חכמה?
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:22 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

הודעהדורך איינער » מאנטאג אפריל 30, 2012 11:26 pm

חד גדיא האט געשריבן:ס'איז א שרעקליכע מעשה. איך קען די פרטים פון די נאנט. מ'רעדט נישט פון די גרויסע לאטערי. דער אינגערמאן האט שוין לאנג א שייכות מיט א 'סייקיק'. דאס מיינט איינער וואס זעט עתידות. זי האט אים איינגערעדט אז זי קען אים מאכן אליינס זעהן די אייגענע עתידות דורך פארשטיין זיין נשמה. דאס אלעס לויט אסטרולוגיה.
ער האט נעבעך באצאלט נישט נארמאלע סכומים געלט פאר די סייקיק. ער האט צאמגעבארגט צענדליגע טויזענטער דאלערס אין לויף פון בערך א יאהר. אין די צייט האט זי אים געגעבן "שיעורים" ווי אזוי צו קענען אליין מכוון זיין צו די עתידות. לויט איר האט ער געדארפט ווערן א מיליאנער ערגעץ אין די לעצטע וואכן.
ווען אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט איז ער געגאנגען זיך אויסוויינען צו א רב אין בארא פארק. ער האט אים געצווינגען צו דערציילן פאר זיין ווייב. און צעביסלעך איז די מעשה ארויסגערינען.
איך קען דעם אינגערמאן פערזענדליך. ער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!! ער האט א שטארקע קאפ און איז א ערנסטע תלמוד חכם. אויך פארשטייט ער גוט א עסק! ס'איז נישט צו גלייבן אז ער האט זיך געקענט אזוי לאזן. פון דעם דארף מען זיך אפלערנען נישט צו בארגן קיין געלט פאר קיינעם אן א ערב. און אז "יעדער" קען אריינפאלן אויב מ'האט נישט די קאפ אויפ'ן פלאץ!!


איך וואלט דיר אלס געגלייבט א חוץ
ער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!!


זעט אויס אונז האמיר אנדערע מעסטער׳ס פאר קלוגשאפט
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 10:21 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט