כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גוגל-הדור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:06 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי

שליחה דורך גוגל-הדור »

ברעיקינג – כולל אינגערמאן פאר'חוב'ט זיך $170,000.00 צו באקומען לאטערי נומערן פון א מכשפה.
מארס דעם 30'סטן איז ווי באקאנט געשפילט געווארן די מעגא מיליאנס אויף דעם היסטארישן סכום פון 640 מיליאן דאללער. אין די פאר טעג פאר דעם לאטערי האט געשפילט, דרייט זיך ארום א כולל אינגערמאן נאכנישט פינף יאר נאך די חתונה, און בארגט פון אלע באקאנטע סכומים פון צען טויזענט דאללער מיט אן אויסרייד אז ער דארף געלט צייטווייליק אין זיין באנק קאנטע אלץ באווייז פאר א באנק הלואה. שטעלט זיך אויס אז דער געלט האט גע'פגר'ט.
דער אינגערמאן, לאמיר עם רופן ר' שאול, לערנט אין א היימישער באקאנטער כולל אין באראפארק, און איז עוסק בתורה ויראה און איז באמת אן אויסגערופענע מתמיד. געלערענט האט ער אין ישיבות וואס זענען נישט באקאנט פאר ארויסגעבן תמימים, און ווי ס'שיינט איז ער ביים לערנען טאקע א גרויסע למדן. ברם דא עקא, אז וואס ער לערנט איז ער מקבל מיט אן ערנסטקייט, און ווען ער איז צוגעקומען צום פסוק מעונן ומנחש ומכשף וחבר חבר ושואל אוב וידעוני ודורש אל המתים האט ער עכ"פ אזויפיל פארשטאנען אז די שאלה איז נאר צו מ'מעג, אבער ארבעטן ארבעט דאס זיכער...
א'כלל, שטעלט זיך א אינגערמאן מיט קינדער אין די שטוב וואס זענען באלד מער ווי די יארן וואס ער האט חתונה געהאט, און ער וואונדערט זיך איך יכנס כל הפשתן הזה? מ'מוז דעך מאכן השתדלות? עכ"פ מיט די לאטערי איז דאך שוין ביי די כולל אינגעלייט לאנג אנגענומען אז מיט דעם איז מען יוצא מצות השתדלות און די רעשט איז בלויז בטחון. אבער דאך, א'מרעדט פון אזוין איינמאליגע געלעגנהייט ווי געווינען 640 מיליאן, פארשטייט דעך יעדער בער דעת אז מ'דארף צולייגן עפעס אן השתדלות מער ווי געווענליך.
א'קיצור, ביי דעם אינגערמאן האט זיך דער איבריגע השתדלות אויסגעשטעלט אין פארעם פון זוכן די הילף פון זיינס א באקאנטן, נישט מער נישט ווייניגער נאר א פאלנער מכשפה! דער מכשפה האט שוין מער ווי איינמאל איבערצייגט דעם אינגערמאן אין אירע איבערמענטשליכע כוחות, און יעצט ווען מען רעדט פון אזוין פעטן פישעל, איז געקומען די צייט אויסצונוצן די כוחות פון אט די מכשפה צום צד הקדושה. אזויווי דער אינגערמאן האט נאר זיך אנגעבינדן צום מכשפה, האט זי עם מגלה געווען אז די שליסל פון דעם גרויסן גליקשיסל ליגט נאר ביי די מזלות. אבער, לדאבוננו, די איינציגע וועג צוצוקומען צו דעם שליסל, איז נאר דורך איינצאלן פאר זי א מאה, און אזוי אויך צושטעלן ריין גאלדענע בלעכן פאר דעם אומגעהויערן פרייז פון 70 טויזענט דאללער וואס דאס וועט ארויסשפייען די ריכטיגע נומערן אויסגעשטעלט לויט די אסטראלאגישע מזלות וואס אפילו אידן פאלן דערינטער.
ויהי היום – דער לאטערי שפילט, און ווי ס'שטעלט זיך אויס, איז אדער די גאלד נישט געווען ריין גענוק, אדער די מכשפה נישט שד גענוק, אבער די נומערן זענען געווען א צווייטנס, און די מזל איז פון דעם אינגערמאן אנטרינען.
כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל כעת... איז א משפחה אויף צרות.
אין דעם שוידערליכן געשיכטע האט זיך אריין געלייגט איין מלאך מיכאל און זוכט צו ראטעווען די אינג ווייבעלע מיט אירע עופ'עלעך פון אונטערגאנג פון שווערן אומזוסטן לאסט.

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר