גזירות חינוך אנטוורפן: קאנפערענץ פארלאמענט-אירופה (בריסעל)

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

גזירות חינוך אנטוורפן: קאנפערענץ פארלאמענט-אירופה (בריסעל)

שליחה דורך מיילעך »

אין אירופעישען פארלאמענט אין בריססעל איז פאריגע וואך פארגעקומען א גרויסען אינטערנאציאנאלען קאנפערענץ וואו עס האבען זיך באטייליגט מלכים ושרים פון איבער די גאנצע וועלט, צווישען זיי אסאך רעגירונגסלייט און דיפלאמאטען און רעליגיעזע פירער און דעלעגאציעס פון די קעניגליכע הויפען און ווייטערע.

דער קאנפערענץ האט עוסק געווען אין שלום צווישען מדינות און רעליגיעס, אבער גלייכצייטיג אויך איבער די חינוך פראבלעימען פון די רעליגיעזע מינדערהייטען אין אייראפעישע לענדער. די נייע חינוך געזעטצען זענען אויך שטארק ארומגערעדט געווארען ווי אויך די נייע געזעטצן אין געוויסע אייראפעישע לענדער קעגען שחיטה וואס איז נוגע סיי פאר יידן ווי להבדיל מיסלעמענער.

אינטערעסאנט איז אויך אז צום קאנפערענץ איז געווארען איינגעלאדענט משה אריה פריעדמאן פון אנטווערפען וואו ער האט אויך אויפגעטרעטען אין א רעדע און ווי עס זעהט אויס האט ער זיך אנגענומען פארן מיניסטער אבער גלייכצייטיג גערופען צו דיאלוג איבער די עניין פון שחיטה.

ווי עס זעהט אויס איז אנדערש ווי ביי די שחיטה פראבלעים, ביי די חינוך גזירה ליידער דא אן הסכמה מקיר לקיר לטובת די גזירה פונעם חינוך מיניסטער פון בעלגיע.

דא זעהט איר די ווידיאו באריכט אינטערוויו (אל אראבייע טעלעוויזיע) אינעווייניג אין איירופעישען פארלאמענט אויף ענגליש:

http://www.youtube.com/watch?v=kYJX5hJT6TU
רעאגיר