נייעס פון סטאק מארקעט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

Re: נייעס פון סטאק מארקעט

הודעהדורך גראף » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 9:47 pm

החוקר האט געשריבן:וואס איז דאס? דארף איך טאקע אליינס שלעפן די לאסט פון די אלע טויזענטער סטאקס אויף מיין פלייצע? רעד איך צו מיר אליינס דא?

גייט איינעם אן אין די לינקע פיאה מהנעשה והנשמע בעולם הסטאקס?
עהעם. איך אזוי ווי די מאנכע מענטשן דא, מסתם דער רוב האנדלן און אינוועסטען נישט אין סטאקס. און א וועג קוק איך עס אן היות איך קען נישט דער ליין אלס א געמבעל און איך געמבעל נישט. אבער למעשה די וואך טראכט איך אז אפשר איז יעצט יא כדי צו קויפן סטאקס ווייל יעצט קען מען אפשר עפארדען צו קויפן ווען עס איז נידריג און עס לוינט זיך אין דער לאנג טערם. אבער וואס ווייס איך.
איז אפשר א געדאנק אז דו אלס איינער וואס דיעלט מיט דעם זאלסט אביסל שרייבן צו עס איז א גוטע צייט צו אינוועסטען.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 929
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:23 pm

די עולם האלט פיין מיט. וואס איז דא צו זאגן. ס'איז ווידער אן געלעגנהייט צו אינוועסטירן אויף א פרייז פון צוויי יאר צוריק. מ'דארף זעהן אנצוהאלטן וואס מ'האט עד שיעבור זעם. און אויב מעגליך אפי' משקיע זיין נאך. אסאך הצלחה.

פאר די וואס ווילן אינוועסטירן וואלט איך מציע געווען צו קויפן א פאנד וואס טרעקט די גאנצע מארקעט א שטייגער ווי ווענגארד ַVTSAX אדער VTI.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1946
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג מערץ 13, 2020 10:14 am

העפטיגע פארהאנדלונגען גייען אצינד אן צווישן די אדמיניסטראציע און די לעגיסלאטור. עס איז ערווארטערט אז קאנגרעס וועט אין גיכן דורכפירן א פינאנציאלע הילפס פעקל, און דאס וועט ווארשיינליך ענדערן די לאגע אינעם סטאק מארקעט צום גינסטן.

דער פראבלעם איז בלויז אז זינט די דורכגעפאלענע סאציאליסטישע אימפישטמענט סימוטאכע, שטייט דער פרעזידענט נישט אין ווארט מיט ספיקער פעלאוסי. אלע פארהאנלונגען ווערן בלויז געפירט דורך דעם פינאנץ מיניסטער סטיווען מענאטשען. און ער קען זיך שווער באכלעפטשענען מיט אזא קרוק און רשענטע ווי פעלאוסי, וועלכע זיכט אויסצונוצן די קאטאסטראפע דורכצופירן אירע לינקע שייגץ שטיק. ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין, איינמאל א פינאנציאלע הילפס פעקל וועט אריין גיין אין געזעץ וועט זיך די מארקעט עטוואס סטאבאלירן.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1793
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

הודעהדורך מאן דאמר » זונטאג מערץ 15, 2020 1:45 am

די Dow Jones איז געשטיגען 1,985 אדער 9.36 % פרייטאג דורכן טאג
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

Re: נייעס פון סטאק מארקעט

הודעהדורך החוקר » מאנטאג מערץ 16, 2020 9:53 am

מען האט ווידער געדארפט אפשטעלן האנדל וואנדל אויף די בערזע.

די דריי אינדעקסעס האבן שווער געטראסקעט ביים עפענען די מארקעט.

S&P 500 −306.18 (11.29%) 2,404.84

Nasdaq −893.98 (11.35%) 6,980.90

Dow −2,778.78 (11.98%) 20,406.84
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 794
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 608 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: chusid און 4 געסט