דורך משה געציל » זונטאג מאי 06, 2012 11:27 pm
שאלה גדולה שאלת, איך וועל פרובירען מסביר צו זיין אויפען שפיץ גאפעל וואו אזוי די מארקעטס ארבעטען.
דער סטאק מארקעט איז צוטיילט און צוויי הויפט חלקים, איינס איז די אינדאוודיאלע סטאקס פון א יעדע פאבליק פירמע, און דער צווייטער חלק איז די אינדעקסיס וואס נעמען אין זיך אריין מערערע סטאקס.
ווען א פירמע גייט פאבליק (וואס דאס אליינטס איז א גאנצע לאנגע שמועס ווי אזוי דאס ארבעט) פאנגט זי אהן איר מארקעט מיטן פארקויפן כך וכך שערס פאר כך וכך געלט, למשל אויב די פירמע ווערט געשאצט צו זיין ווערד צוואנציג ביליאן דאללער, וועט די פירמע פארקויפען שעירס אין די סכום פון צוואנציג ביליאן דאללער, עס קען געטוהן ווערען דורך צוטיילען די שעירס און צוואנציג ביליאן שעירס וואס אזוי ארום וועט אויסקומען אז א שעיר וועט קאסטען א דאללער, אדער קען זי לדוגמא צוטיילען די שעירס נאר אין צוויי ביליאן חלקים אזוי ארום וועט א שעיר קאסטען צען דאללער. פון דא און ווייטער וווערט אלעס געטרובען פון שפעקעלאציעס פון אינוועסטירער, און פון די פירמעס איינקופטען, למשל אויב די אינוועסטירער האלטען אז די פירמע איז נישט ווערט קיין צוואנציג ביליאן דאללער, קומט אויס אז א שעיר איז נישט ווערט קיין פון צען דאללער, קען די פרייז פאלען צו ניין דאללער און די שעיר האללדערס וועלן פרובירען צו פארקויפען פאר ניין דאללער כדאי נשט צודערלייגען מער פון דעם, אויב למעשה ווען עס קומט די ענדע פונעם קווארטעל (א קווארטעל באשטייט פון דריי חדשים) וואס דעמאלטס דארפן די פירמעס וואס זענען פאבליק ארויסגעבען זייערע באריכטען וויפיל זיי האבען פארדינט אדער דערלייגט אין דעם פארלאפענע קווארטעל, איז אויב די פירמע געט ארויס בעסער וואו ערווארטעטע באריכטען קען די זעלבע שעיר וואס איז נאר ווערט געווען ניין דאללער ארויפשפרינגען אסאך העכער.
דערנאך זענען דא די דריי גרויסע אינדעקסין וואס נעמען אין זיך אריין מערערע פירמעס אויף איינמאל, לדוגמא דער דאו נעמט אין זיך אריין די דרייסיג גרעסטע פאבליק פירמעס אין אמעריקא א שטייגער וואו, באוינג, סיטי בענק, וכדומה, דער דאו רעכנט צוזאם אלע סטאקס פון די פירמעס וואס זענען א חלק פון איר אין ווייזט די עוורידזש וויפיל די מארקעטס האבען אויפגעטוהן אדער דערלייגט.
עס קען אויס קומען אז אין די זעלבע צייט וואס די דאו איז נידריגער זענען אבער דא געוויסע פירמעס וואס זענען א טייל פונעם דאו וואס זענען העכער. און אנדערע פעלער קען זיך מאכען א סוטאציע וואס געוויסע סטאקס זאלען שטארק פאלען צוליב דעם וואס אינוועסטירער זענען באזארגט פון די ספעציפעשע פירמעס, און אנדערע אינוועסטירער וועלען געבען א קוק אויפען אינדעקס און זיי וועלען זעהן אז עס איז נעגאטיוו וועלען זיי שנעל פארקויפען אלע זייערע שעירס, אזוי ארום וועלען די סטאקס פון די אנדערע פירמעס אויך פאלען און עס וועט אנפאנגען ציען א קייט רעאקציעס, אלעס צוליב דעם וואס די אינוועסטירער האבען מורא צו האלטען זייער געלט אין די סטאקס ממילא וועלען זיי עס פארקויפען ביליגער וואו די ריכטיגע מארקעט פרייז און אזוי ארום וועלען די פרייזען אנפאנגען שטארק צו פאלען.
דאס איז ממש בארירט די מארקעטס בקציר העומר, אפשר ביי א צווייטע געלעגענהייט וועלען מיר אביסעל מער צונעמען די זאך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
משה געציל אום מאנטאג מאי 07, 2012 6:33 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)