בלאט 2 פון 6

פורסם:
מאנטאג מאי 07, 2012 9:42 am
דורך משה געציל
די מארקעטס האבען זיך טאקע געפענט נעגעטיוו מיטען דאו פארלירינדיג 52 פונקטען, צוליב די וואלען אין אייראפע, אבער דאך האט זיך עס בארוהיגט פון די פיאטשערס וואס זענען געווען א סאך נידריגער. איין סטאק וואס האט שטארק פארלוירען היינט איז די סטאק פון עי. איי. דזשי. וואס האט פארלוירען איבער 7% צוליב דעם וואס די רעגורינג וואס האט געהאט א סאך שעירס אינעם קאמפעני א דאנק די בעיל-אוט האט ארויס געלייגט זייער א סאך אויפן מארקעט, ברענגענדיג צו דעם אז דער סופליי איז געווארען גרעסער וואו דער דעמענד.

פורסם:
מאנטאג מאי 07, 2012 1:20 pm
דורך שמואל הלוי
די מארקעט גייט צו בעסערונג, אויב האלט עס אן וועט די דאו זיך ענדיגן מיט א + היינט. (די אנדערע צוויי אינדעקסן זענען שוין יעצט א +).

פורסם:
מאנטאג מאי 07, 2012 1:55 pm
דורך שמואל הלוי
כרגע זענען אלע דריי אינדעקסן אויפן וועג ארויף (מיט א +).

פורסם:
מאנטאג מאי 07, 2012 11:14 pm
דורך משה געציל
דער דאו האט ענדע האנדעלס טאג זיך געשלאסען מיט 29 פונקטען נידריגער, די עס. ענד. פי. און די נעסדעק זענען געווען ממש פלאך זייענדיג העכער מיט איינס צוויי פונקטען, די יורא האט היינט זיך געשלאסען ביי 1.3032 קעגען דעם דאללער, אינמיטען טאג איז עס אנגעקומען צו 1.295 די שוואכסטע אין די לעצטע דריי חדשים, די הויפט אורזאך פארען שוואכען יורא איז די נעכטיגע וואלען אין פראנקרייך און אין גריכלאנד וואו די עקסטרעם לינקע האבען אנגעצויגען זייער שטארק, וואו אויך א באריכט פון סיטי בענק וואס שאצט פאר אז עס איז דא א 75% שאנס אז גריכלאנד וועט ארויס פאלען פון די יורא וואס וועט פארשטייט זיך ברענגען גרויס כאאס אין די גאנצע אי. יא. זאנע.

פורסם:
דינסטאג מאי 08, 2012 10:15 am
דורך שמואל הלוי
די מארקעט איז טיף אין די אדמה היינט, מסתמא וועט משה געציל באלד מסביר זיין בטוב טעם ודעת די אורזאך.

פורסם:
דינסטאג מאי 08, 2012 10:54 am
דורך משה געציל
די הויפט סיבות וואס טרייבען היינט די סטאקס נעגאטיוו איז די סוטאציע אין גריכלאנד וואו עס קוקט נישט אויס נאך די זונטאגדיגע וואלען עס זאל זיך פארמירען א געהעריגע פארלעמענט, וואס אויב די מצב דארטן איז נישט גענוג שלעכט ביז אהער לייגט דאס נאך צו צו די אומסטאבעלעטיט פון זייער גאנצע עקענאמיע, און אטאמאטיש טרייבט דאס אריין די גאנצע אי. יא. זאנע אין א נעגאטיווע בליק.
נאך נעגאטיווע נייעס איז א רייע ערנינג באריכטען פון גרויסע פירמעס וואס זענען אריין געקומען היבש שוואכער וואו דאס וואס עקענאמיסטען האבען געהאט פאראויס געשאצט א שטייגער וואו די רעסטעראנט ריז מיק דאנעלד וואס זייער ריפארט האט היבש דערשראקען אינוועסטירער וואו מען זעט אויף זייער סטאקס וואס איז מיט 1.2% נידריגער, נאך א שטארקע פארלירער היינט איז די פירמע מיטען נאמען Electronic Arts Inc , וואס איז די צווייט גרעסטע פראדעצירער פון ווידיאו געימס, זייער סטאקס זענען נידריגער מיט ארום 5.2%, אויך צוליב די שוואכער וואו ערווארטעטע ערנינגס ריפארט.

פורסם:
דינסטאג מאי 08, 2012 11:00 am
דורך שמואל הלוי
א גאר שיינע דאנק משה געציל!
די וואונדער איז נאר פארוואס גאלד פאלט, געווענדליך ווען די מארקעט טראסקעט הייבט זיך די גאלד און זילבער פרייזן, ווייל דארט פילן זיך מענטשן מער פארזיכערט מיט די אינוועסטמענטס, איך ווארט צו הערן א שיינע הסבר פון ידידינו משה געציל.

פורסם:
דינסטאג מאי 08, 2012 12:37 pm
דורך משה געציל
איך בין נישט קלאר די פינקטליכע אורזאך, מיין השערה איז וויבאלד די יורא איז שטארק געפאלען, אטמאטיש איז די דאללער א סאך שטערקער, און ווען דער דאללער איז שטארק קען עס אראפ טרייבען די פרייזען פון קאמאדעטיס אינטערנאציענאל, צוליב דעם וואס אויסלענדישע אינוועסטירער פארקויפען ביליגער פארען דאללער, וויבאלד אין זייער וואלוטע קענען זיי פארדינען די זעלבע ווייל זיי באקומען דאך מער אויף א יעדען דאללער.

פורסם:
דינסטאג מאי 08, 2012 1:25 pm
דורך ברוין
זייער אינפארמאטיוו יישר כח משה
די גוטע נייעס פון די אלע זאכן איז אז געז טראסקעט

פורסם:
דינסטאג מאי 08, 2012 11:17 pm
דורך משה געציל
היינט נאכען קלאזינג בעל, האט דיזני לענד וואס ווערט פארעכענט צו זיין די וועלטס גרעסטע פילם און אינטערטימענט פראדעצירער, ארויס געגעבען איר איינקופטען באריכט, וואס ווייזט אז אירע איינקופטען זענען געשטיגען מיט 21%, דאס איז פיל העכער וואו דאס וואס אנאליסטען האבען געהאט פאראויס געשאצט, עס איז אינטערעסאנט צו זעהן וואס פאר א אפעקט עס וועט האבען אויף וואל סטריט מארגען, נאכדעם וואס א סאך אינוועסטירער האבען זיך זייער קאנצעטריט אויף דעם ריפארט.

פורסם:
מיטוואך מאי 09, 2012 11:36 am
דורך שמואל הלוי
דערווייל זעהט נישט אויס ווי ס'זאל האבן אן עפעקט לטובה.

פורסם:
מיטוואך מאי 09, 2012 2:28 pm
דורך משה געציל
גריכלאנד... גריכלאנד... גריכלאנד... עס קריכט שוין טאקע פון די נאז, אבער דאס איז נאכאלטס דעם הויפט פאקטאר פארוואס די דאו איז שוין צום זעקסטען טאג אין א צו אין נעגאטיווע טערעטאריע, למעשה האט זיך עס היבש צוריק געכאפט פון אנפאנג האנדעלס טאג צוליב דעם וואס עס איז מיט בערך א האלבע שעה צוריק איז ארויס געקומען א באריכט פון די אי. יא. אז זיי פלאנען ווייטער צו געבען די נוטיגע פאנדען וואס פעלט זיך אויס פאר גריכלאנד צו באצאלען אירע חובות, ברענגענדיג צו דעם אז דער דאו וואס איז געווען נידריגער אינמיטען טאג מיט איבער 150 פונקטען האט צוריק פארדינט טייל פון די פארלוסטען און שטייט יעצט נידריגער מיט ארום 60 פונקטען.
א צווייטער גרויסער שפילער היינט איז געווען שפאניע וואס אירע אינדעקסען זענען געפאלען מיט ארום 6% אויס זארג אז זיי שטייען אויס א נאצינאלע בענק קריזיס וואו עטליכע גרויסע בענק וועלען גיין געבראכען.

פורסם:
מיטוואך מאי 09, 2012 7:40 pm
דורך משה געציל
איין אינטערעסאנטע סטאק היינט איז געווען די סטאק פון די ריזען קליידער פירמע מעסיס, טראץ דעם וואס די פירמע האט ארויס געגבען בעסער וואו ערווארטעטע ערנינגס ריפארט, דאך איז עס געווען מיט איבער 4% נידריגער אלטס צוליב דעם וואס אין די באריכט איז אויך געשטאנען אז די פירמע האט גענידערט די ערווארטונגען אויף די איינקופטען פינעם גאנצען יאר.

פורסם:
דאנערשטאג מאי 10, 2012 8:00 am
דורך שמואל הלוי
קוקט אויס אז ס'וועט זיין א גוטע טאג היינט אויפן מארקעט.
מיר ווארטן אויף א אויספירליכע באריכט פון משה געציל.

פורסם:
דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:35 am
דורך משה געציל
היינט אינדערפרי איז ארויס געקומען די נייעס אז די גריכישע האבען באוויזען צו פארמירען א פארמאלען פארלמענט, דאס ווערט אויסגעטייטשט דורך אנאליסטן אלטס גוטע נייעס, פארשטארקענדיג די האפענונגען אז די גריכיען וועלען פארבלייבען אינעם אי. יא.
אין אנדערע צופרידן שטעלענדע נייעס, באריכטעט די לעיבאר דעפארטמענט, אז די וועכענטליכע צאל אפלאקאציעס פאר ארבעטסלאזע בענעפיטען איז געווען ביי 367,000 וואס דאס בארוהיגט אינוועסטירער נאכדעם וואס ביז פאריגע וואך האט אויסגעקוקט אז די ציפערן ריקען זיך נענטער צו 400,000, וואס א נאמבער העכער 400,000 ווערט פארעכענט שלעכט.
אין נישט אזעלעכע געשמאקע נייעס, איז די האנדעלס דעפעציט באריכט וואס איז ארויסגעגעבען געווארען היינט אינדערפרי, דער באריכט צייגט אז די אימפארטינג איז געווען מיט 14.5% מער וואו עקספארטינג אינעם פארלאפענעם קווארטעל , כדאי די GDP זאל וואקסען וואו עס ברויך פעלט זיך אויס אז די עקספארטינג זאל זיין נענטער צו אימפארטינג און אפילו שטערקער, אפשר שפעטער אויב איך וועל האבען אביסעל צייט, וועל איך פרובירען אביסעל מסביר צו זיין ווי אזוי דאס ארבעט.
פון די מארקעטס וואס האבען זיך נארוואס געפענט קוקט אויס אז די אינוועסטירער זענען צופרידען מיט די גוטע נייעסען היינט, וואו די דאו שטייט מיט 42 פונקטען העכער.

פורסם:
פרייטאג מאי 11, 2012 1:53 pm
דורך שמואל הלוי
היינט איז א געמישטע טאג אויפן מארקעט... אלע דריי אינדעקסן האבן זיך אנגעהויבן מיטן פיטום אראפ, דערנאך ארויף מיט א שיינע פאר פונקטן, יעצט צוריק אויפן וועג אראפ, און מסתמא וועט באלד זיין צוריק ארויף, וכן חוזר חלילה...

פורסם:
פרייטאג מאי 11, 2012 7:23 pm
דורך שמואל הלוי
צום סוף האט די דאו און די עס ענד פי זיך געשלאסן מיט פארלוסטן, בלויז די נעסדעק האט זיך געשלאסן מיט א קליינע פארדינסט פון 0.01 פראצענט.

פורסם:
מאנטאג מאי 14, 2012 10:51 am
דורך שמואל הלוי
היינט איז זייער א שלעכטע טאג אין וואל סטריט... אלע דריי אינדעקסן זענען כרגע מיט בערך 1 פראצענט נידריג.

פורסם:
מאנטאג מאי 14, 2012 10:52 am
דורך שמואל הלוי
גוטע נייעס איז אז אויל האלט ביי 93 מיט טשעינדזש א פעסל.

פורסם:
מאנטאג מאי 14, 2012 2:58 pm
דורך פאזעטיוו
איך מיין אז היינט זענען די מארקעטס דאון פשוט ווייל ר' געציל האט אויפגעהערט אפדעיטען.

פורסם:
דינסטאג מאי 15, 2012 10:43 am
דורך שמואל הלוי
גאנץ גוט היינט (עכ"פ דערווייל).
[מסתמא ווייל מ'שאצט אז משה געציל וועט היינט יא אפדעיטן

].

פורסם:
דינסטאג מאי 15, 2012 4:37 pm
דורך שמואל הלוי
אזוי ווי משה געציל האט למעשה נישט געאפדעיט, האט זיך עס געגעבן א דריי איבער לרעה... אלע דריי אינדעקסן האבן היינט פארלוירן.

פורסם:
דינסטאג מאי 15, 2012 11:33 pm
דורך משה געציל
היינטיגע טאג אויפען מארקעט איז געווען היבש אינטערעסאנט, אנגעפאנגען האט זיך די טאג מיט די מארקעטס אויף ארויף, צוליב דעם וואס אינוועסטירער האבען שוין פארדייט אביסעל די נייעס פון דזשעי. פי. מארגען און גריכלאנד, אבער למעשה האט עס געמאכט א שארפען דריי אויף צוריק, אבער היות איך האב נישט געשריבען די לעצטע פאר טעג לאמיר געבען א קורצען בליק אויף צוריק. (והנני בזה לגלות דעתי, אז איך גיי בכלל נישט זיין בייז אז א צווייטער שרייבט אויך דא).
פרייטאג אינדערפרי האט דזשעי. פי. מארגען -וואס ווערט פארעכענט צו זיין די גרעסטע אינוועסטמענט באנק אין אמעריקא- ארויס געגעבען זייער באריכטען אויף די ערשטען קווארטאל, אין די באריכט איז אויך געשטאנען אז די פירמע האט דערלייגט צוויי ביליאן דאללער אויף א געוויסע וועט, למעשה האבען די מארקעטס נישט געשפירט די שטארקע אפעקט פון די נייעס צוליב דעם וואס די קאנסומערס קאנפעדענץ ריפארט, -וואס רעכענט די קאנפעדענץ וואס קאנסומערס האבען- איז ארויס געקומען פרייטאג אינדערפרי פיל שטערקער ווי דאס וואס אנאליסטין האבען געהאט פאראויס געשאצט, די ציפער איז געווען ביי 77.7 די שטערקסטע צופער זייט אנפאנג 08', און ווי באקאנט זענען די קאנסאמערס פון די שטערקסטע קראפט טרייבערס פאר א געזונטע עקענאמיע, ממילא האבען די אינוועסטירער פארקוקט אויפען פאקט אז דזשעי. פי. מארגען האט דערלייגט צוויי ביליאן דאללער, דאס איז געווען די הויפט פאקטאר וואס האט אפגעהאלטען די מארקעטס פון פארלירען שווערע פראצענטען, טראץ דעם וואס די פינאנציעלע סטאקס, א שטייגער ווי, סיטי, בענק אף אמעריקא, זענען געווען שטארק נידריג איבערהויפט דזשעי. פי. מארגען וואס איז געווען ביי א געוויסע פונקט אזוי נידריג וואו 9%, מיט דעם אלעם האט די דאו דערלייגט נאר 34 פונקטען. למעשה נעכטען האבען די אינוועסטירער אנגעפאנגען זיין באזארגט פון די דזשעי. פי. מארגען באריכט איבערהויפט נאכדעם וואס די פירמע האט געמאלדען אז זיי זאגען אפ דריי הויפט עקזעקאטיווס, און דאס האט געטריבען די מארקעטס אויף אראפ און די דאו האט פארלוירען 125 פונקטען.
היינט אינדערפרי האבען די אינוועסטירער אביסעל פארדייט די נייעס, איבערהויפט האבען זיי געלייגט האפענונג אויף די קאנפרענץ אין גריכלאנד ווי עס האט אויסגעקוקט אז די גריכישע זענען גאר נאנט זיך צו פאראייניגען אויף א פרישע רעגירונג, ווי אויך האט מען באגריסט די נייעס אז די דייטשע עקענאמיע איז געוואקסען פיל שטערקער ווי דאס וואס מען האט געהאט גערעכענט, אפשוואכענדיג די מעגליכקייט אז די אי. יא. האלט בעפאר א פרישע רעסעסיע, למעשה האט זיך אלעס איבערגעדרייט און די לעצטע שעה צוויי פינעם האנדעלס טאג ווען די גריכישע פרעזעדענט האט געמאלדען אז ער פארריפט פרישע וואלען אויף יוני 10, וואס דאס האט פון פריש ארויף געברענגט די שפעקעלאציעס אז גריכלאנד גייט זיך גענצליך אפטיילען פון די יורא וואלאטע, וואס דאס קען אויך באוועגען אנדערע לענדער צו טוהן דאס זעלבע און ברענגען צו א טאטאלע צוזאמפאל פון די יורא, די נייעס האט זיך אנגעזעהן אויפען סטאקס ווי דער דאו האט גענדיגט דעם טאג מיט 63 פונקטען נידריגער, און בעיקר האט זיך עס דערקענט אויפען יורא וואס איז געפאלען צו 1.27 קעגען דעם דאללער, און אויך אויף אויל וואס האט זיך געשלאסען ביי 93.17.

פורסם:
דאנערשטאג מאי 17, 2012 11:21 am
דורך שמואל הלוי
מארגעידזש ראטע געפאלן צו פרישע רעקארד נידריגקייט, אלס רעזולטאט איז די מארקעט דאון.

פורסם:
דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:19 pm
דורך שמואל הלוי
די דאו האט שוין פארלוירן קרוב צו 1000 פוינטס די לעצטע צוויי וואכן.