בלאט 3 פון 6

פורסם:
מאנטאג מאי 21, 2012 1:40 pm
דורך שמואל הלוי
די מארקעט כאפט זיך היינט אביסל צוריק נאך צוויי וואכן פון שווערע פארלוסטן.

פורסם:
מיטוואך מאי 23, 2012 11:34 am
דורך שמואל הלוי
און היינט איז עס גאר שלעכט.

פורסם:
מיטוואך מאי 23, 2012 1:06 pm
דורך לעמיל
וי האלט פעסבוק?? מצליח?

פורסם:
מיטוואך מאי 23, 2012 1:21 pm
דורך שמואל הלוי
לעמיל האט געשריבן:וי האלט פעסבוק?? מצליח?
מה-דאך פארן כינוס האט עס נישט מצליח געווען, איז דאך א כ"ש אז יעצט.

פורסם:
מיטוואך מאי 23, 2012 1:31 pm
דורך חד גדיא
לעמיל האט געשריבן:וי האלט פעסבוק?? מצליח?
איך האב געזעהן היינט אז פעיסבוק האט שוין פארלוירן אכצן פערצענט!! זיי זענען שוין ווילד אויף די וועג ווי אזוי מ׳האט געמאכט די IPO.

פורסם:
מיטוואך מאי 23, 2012 3:51 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:און היינט איז עס גאר שלעכט.
יעצט איז א ריזיגע חילוק פון צופרי, שטארקע שינוי לטובה.

פורסם:
מיטוואך מאי 23, 2012 3:53 pm
דורך שמואל הלוי
אין אנדערע נייעס, אויל איז נאך אביסל געפאלן און האלט ביי 90 א פעסל.

פורסם:
מיטוואך מאי 23, 2012 3:56 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:און היינט איז עס גאר שלעכט.
יעצט איז א ריזיגע חילוק פון צופרי, שטארקע שינוי לטובה.
ס'האט געשאדט א עין הרע זעהט אויס
ס'פאלט צוריק... אבער צופיל קען עס שוין נישט פאלן היינט היות ס'איז שוין אט אט 4:00.

פורסם:
דאנערשטאג מאי 31, 2012 3:38 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, אויל איז נאך אביסל געפאלן און האלט ביי 90 א פעסל.
געפאלן נאך אביסל, אצינד האלט עס ביי 86.

פורסם:
פרייטאג יוני 01, 2012 10:56 am
דורך משה געציל
טאטאלער כאאס היינט אויפען מארקעט די דאו איז נידריגער מיט איבער 200 פונקטען, אויל איז ביי $83 אין טשענידש, אלטס צו פארדאנקען די דזשאבס ריפארט וואס איז ארויס געקומען היינט אינדערפרי וואס ווייזט אז דו מארקעט האט צו געזען אין מאי בלויז 69,000 דזשאבס, און ווי אויך איז די ציפערען פון אפריל איבערגעמאכט געווארען פון 115,000 אראפ צו 77,000, וואס דאס איז ווייט פון די לכה"פ 200,000 דזשאבס וואס פעלט זיך אויס עס זאל צוקומען חודשליך אין א געזונטע עקענאמיע, אוודאי נאך א רעסעסיע וואס פעלט זיך אויס נאך מער פאר א פולקאמער ערהוילונג.

פורסם:
פרייטאג יוני 01, 2012 11:00 am
דורך שמואל הלוי
אין אנדערע נייעס; גאלד איז גאר שטארק ארויף היינט (לעת עתה מיט איבער 50 דאלער א אונס מער ווי נעכטן), און זילבער איז ארויף מיט נאך א דאלער פער אונס.

פורסם:
מיטוואך יוני 06, 2012 11:05 am
דורך שמואל הלוי
היינט איז זייער א גוטע טאג אויפן מארקעט, אלע דריי אינדעקסן זענען כרגע איבער אנדערהאלבן פראצענט העכער.

פורסם:
מיטוואך יוני 06, 2012 4:14 pm
דורך שמואל הלוי
די טאג האט זיך געשלאסן מיט גאר גינסטיגע רעזולטאטן אויפן מארקעט.
אלע דריי אינדעקסן האבן געגעינט מיט קרוב צו צוויי א האלב פראצענט, און איז געווען די צווייטע בעסטע טאג אויפן מארקעט אום יארע 2012.

פורסם:
מיטוואך יוני 06, 2012 6:47 pm
דורך gehlungen
שמואל הלוי האט געשריבן:די מארקעט כאפט זיך היינט אביסל צוריק נאך צוויי וואכן פון שווערע פארלוסטן.
how much is facebook?

פורסם:
דינסטאג יוני 19, 2012 12:01 pm
דורך שמואל הלוי
די סטאק מארקעט מאכט גאנץ פיין היינט, אין רעזולטאט פון ערשיינונג פון מייקראסאפט טעבלעט.

פורסם:
דינסטאג יוני 19, 2012 1:34 pm
דורך משה געציל
די סטאקס זענען היינט העכער צוליב דעם וואס אינוועסטירער לייגען גרויס האפענונג אויף די זיצינג וואס קומט פאר היינט און מארגען צווישען די פעדרעל רעזעוו באמטע, מיטן האפונג אז בערנעקי וועט ארויס לאזען אביסעל מער געלט אין די עקענאמיע, וואס קען שטארק צו העלפען אז די עקענאמיע זאל נישט אריינפאלען אין א פרישע רעסעיע.

פורסם:
דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:04 am
דורך משה געציל
אין די קימענדיגע שעה דארף דער סופרים קארט ארויס געבען זייער ראלינג אויף אבאמא קעיר, עס וועט זיין אינטערעסאנט מיטצעהאלטען וויאזוי די מארקעטס וועלען רעאגירען צו די ראלינג.

פורסם:
דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:23 am
דורך לעמיל
משה געציל האט געשריבן:אין די קימענדיגע שעה דארף דער סופרים קארט ארויס געבען זייער ראלינג אויף אבאמא קעיר, עס וועט זיין אינטערעסאנט מיטצעהאלטען וויאזוי די מארקעטס וועלען רעאגירען צו די ראלינג.
נא! וויאזוי איז די סטאק מארקעט נאכען פסק?

פורסם:
פרייטאג יוני 29, 2012 12:10 am
דורך געפילטע פיש
לעמיל האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:אין די קימענדיגע שעה דארף דער סופרים קארט ארויס געבען זייער ראלינג אויף אבאמא קעיר, עס וועט זיין אינטערעסאנט מיטצעהאלטען וויאזוי די מארקעטס וועלען רעאגירען צו די ראלינג.
נא! וויאזוי איז די סטאק מארקעט נאכען פסק?
די שפיטאל אינדאסטרי איז געשטיגען וועגן זיי שטייען צו פארדינען פון נישט דאכפען קאווערען אומ-אינשארד פאציענטען, דאגעגן די מעדיקאל סופליי און העלט אינשורענס אינדוסטריס האבן געליטן פארלוסטו ווייל די מעדיקעל סופלייערס באקומען צו נאך טעסעס, און די העלט אינשורענס שטייט צו פארלירן די מערסטע, אבער די פאר העלט אינשורענס קאמפאניס וואס זענען א חלק פונעם מעדיקעיד עקספענשען האבן, פארשטייט זיך, יא פארדינט.

פורסם:
פרייטאג יוני 29, 2012 7:33 pm
דורך משה געציל
די מארקעטס האבען היינט געהאט גאר א שטארקע טאג מיטען דאו זיך שליסענדיג 277 פונקטען העכער וואס דאס איז א העכערונג פון %2.2, די מארקעטס זענען געווען העכער צוליב די מיטינג וואס די יאראפעישער פירער האבען אפגעהאלטען היינט, ווי זיי האבען ענדגילטיג מחליט געווען אויף צו שטעלען א פאנד וואס זאל ארויס העלפען די בענק, וואס דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די שפאנישע און איטאליענישע רעגורענגען וואס האלטען פאר א טאטאלע צוזאמבראך צוליב די אפגעשוואכטע בענקינק סיסטעם.
גלייכצייטיג האבען די קאמאדעטיס אויך געהאט גאר א שטארקע טאג היינט, הויפזעכטליך די אויל מארקעטס ווי א פעסעל אויל האט זיך געשלאסען ביי$84.93 זייענדיג העכער מיט איבער זיבען דאללער פארען טאג וואס דאס איז א שפרינג פון%9.23.

פורסם:
דינסטאג יולי 03, 2012 11:54 am
דורך שמואל הלוי
די דאו איז שוין גאנץ נאנט צוריק אריבערצושפרייזן די 13,000 מארק.

פורסם:
מיטוואך יולי 04, 2012 11:49 pm
דורך משה געציל
די ביזנעס וועלט ערוואטעט מיט שפאנונג די דזשאבס ריפארט וואס די לעיבאר דעפארטמענט דארף ארויס געבען פרייטאג אינדערפרי, וואס ווייזט וויפיל דזשאבס עס זענען צוגעקומען צו די עקענאמיע אין דעם אטפארלאפענן חודש. לויט א בלומבערג אויספרעג ערוואטען עקענאמיסטען אין דורכשניט אז די עקענאמיע וועט האבען צוגעזען 100,000 דזשאבס, דאס איז עטוואס בעסער ווי די 69,000 דזשאבס וואס די עקענאמיע האט צוגעזעהן אין אפריל, אבער דאך פיל שוואכער ווי די איבער 250,000 וואס פעלט זיך אויס אין א געזונטע עקענאמיע. מארגען אינדערפרי דארף די עי. די. פי. פעיראל פירמע ארויס קומען מיט זייער שאצונגען וואס טראגט א גרויס געוויכט ביי עקענאמיסטען וויבאלד זייערע שאצונגען האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין היבש אקאראט.
אזוי אויך לייגט מען א אויג אויף די באריכט פון די לעיבאר דעפארטמענט מארעגן אום 8:30 אינדערפרי, אויף די וועכענטליכע ערשטמאליגע אפליקאציעס פאר ארבעטסלאזיגע בענעפיטען, געוויסע שאצונגען האבען געואוסט צו זאגען אז די ציפער וועט אריינקומען ביי 385,000 וואס אויב דאס שטעלט זיך ארויס צו זיין רוכטיג וועט עס אביסעל נידערען די פיר וואכען דורכשניט וואס האלט יעצט ביי 395,000, אבער דאס איז נאך אלטס היבש מער ווי די 365,000 ציפערן וואס זענען אריינגעקומען אין דורכשניט אין נאוועמבער אין דעצעמבער.
עס איז ערווארטעט אז די צוויי נייעסן וועלען דאמענירען די מארקעטס די קומענדיגע צוויי טעג, אויב די באריכטען שטעלן זיך ארויס אזוי ווי די עקענאמיסטען האבען פאראויס געשאצט וועט עס נישט ברענגען צופיל אפטאמיזעם אויף וואל סטריט, אוודאי אויב עס שטעלט זיך ארויס נאך שוואכער, וואס דעמאלטס קענען די מארקעטס אריין גיין אין טאטאלע כעאס.

פורסם:
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:58 pm
דורך משה געציל
די לעיבאר דעפארטמענט האט היינט אינדערפרי באריכטעט אז די צאל אפליקאציעס פאר ארבעטסלאזע בענעפיטען איז געווען פאריגע וואך 374,000 וואס דאס איז נידריגער ווי די 388,000 פון די וואך בעפאר, און בעסער ווי די 385,000 וואס עקענאמיסטען האבען געהאט פאראויס געשאצט. נאך א פאזאטיווע נייעס האט דעמאנירט די מארקעטס אין די פריע צופרי שטונדען, ווען עי. די. פי. האט איבערגעגעבען זייער שאצונג, אז די עקענאמיע האט צוגעזען 175,000 דזשאבס פארען אט פארלאפענעם חודש, אין פאקט זענען די פיאטשערס געווען אויף פאזעטיווע טערעטאריע ביז בערך 9:00.
למעשה האבען די מארקעטס זיך געפענט אין נעגאטיווע טעראטעריע מיטען דאו זייענדיג נידריער מיט ארום 80 פונקטען צוליב א רייע נעגאטיווע באריכטען, הויפזעכטליך די רעדע פון דער פארזיצער פון די יאראפעישער צענטראלע באנק, וואס האט קלאר געשטעלט אז די יורא זאן שטייט אין זייער א שווערע פינאנציעלע צושטאנד.
ווי אויך איז שפעטער ארויס געקומען די נייעס פון אייראפע, אז די צענטעראלע באנק גייט דראמאטיש רעדעצירען די אינטרעסעט ראטעס, גרינגער מאכענדיג פאר אינוועסטירער צו בארעגן געלטער אויף נידריגערע צינזען, וואס דאס איז נאך א צייכען אז די יאראפעישער פירער האבען זייער א פעסמיסטעשע בליק אויפן צוקומפט פון די יורא זאן, און זיי פראבירען צו טון וואס נאר מעגליך אפצוהאלטען די פאראיין פון אריינגיין אין א פרישע רעסעסיע.
פון אמעריקע איז אויך ארויס געקומען נישט אזעלכע גוטע נייעס, ווען די איי. עם. עס. באריכט האט געוויזען אז די אינדעקס פון די סערוויס סעקטע טייל עקענאמיע (דאס רעכענט נישט אריין די מאנעפעקטשירער, נאר סערוויסעס א שטייגער ווי בענק און קרעדיט קארדס וכדומה) איז אריין געקומען ביי 51.2 אראפ פון די 52.7 א חודש בעפאר.
למעשה האבען זיך די מארקעטס אביסעל בארוהיגט, און די דאו האט צוריק פארדינט א חלק פון די פארלוסטען זיך שליסענדיג נידריגער מיט 47 פונקטען.
אויף מארגען אינדערפרי ערווארט מען די דזשאבס ריפארט פון די לעיבאר דעפארטמענט, וואס ווי באריכטעט פריער שאצט עי. די. פי. פאר אז די עקענאמיע האט צוגעזען אומגעפער 175,000 דזשאבס, אויב זאל זיך דאס ארויס שטעלען צו זיין ריכטיג וועט עס לכאורה אריין בלאזען פרישע אפטאמיזעם אין די וואקעלדיגע מארקעטס.

פורסם:
פרייטאג יולי 06, 2012 12:13 am
דורך ראשעקאל
א ריזיגע שקויעך פאר דיינע רעפארט'ס.
איז דא א טעות אין די שטיקעל?
משה געציל האט געשריבן:די לעיבאר דעפארטמענט האט היינט אינדערפרי באריכטעט אז די צאל אפליקאציעס פאר ארבעטסלאזע בענעפיטען איז געווען פאריגע וואך 374,000 וואס דאס איז נידריגער ווי די 388,000 פון די וואך בעפאר, און בעסער ווי די 385,000 וואס עקענאמיסטען האבען געהאט פאראויס געשאצט.
374,000 איז
ווייניגער ווי די
385,000 וואס עקענאמיסטען האבען געהאט פאראויס געשאצט.

פורסם:
פרייטאג יולי 06, 2012 12:44 am
דורך משה געציל
מיט בעסער מיין איך טאקע צו זאגען אז עס איז ווייניגער, ווי נידריגער אלטס בעסער.