בריוו צו די רבי'ס פון די מועצת גדולי התורה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

בריוו צו די רבי'ס פון די מועצת גדולי התורה

שליחה דורך אניהקטן »

טייערע רבי'ס פון די מועצת גדולי התורה,

אחרי קידה והשתחוי' ביראת הכבוד כיאות, ובמחילה וסליחה וכפרה מכבוד תורתכם,

ילמדנו רבותינו, וואס גענוי ווילט איר אויפטאן מיט דעם פראטעסט אין אמעריקע?

איך זעץ זיך אראפ שרייבן דעם בריוו ווי א פשוט'ער איד וועלכער איז עפר ואפר קעגן אייך. איך האב נישט אייער יחוס אבות און אייער יחוס עצמי, איר קענט מער תורה לערנען ווי מיר און איר זענט איר פיל מער חשוב ווי מיר אין הימל און אויף דער ערד. אבער דאך ווען ס'קומט צו אמעריקאנער פאליטיק און פי-אר (יחסי ציבור) האב איך כאטש אזויפיל ערפארונג ווי אייך, וויבאלד איך בין אן אמעריקאנער, און לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז איך פארשטיי אפילו בעסער דערצו ווי אייך.

אלס איד וואס רעספעקטירט אייך וויל איך אייך ווארענען ס'קוקט אויס אז עמיצער פירט אייך ביי די נאז ווייל דער גאנצער עצרת האט נישט קיין הענט און קיין פיס, און קען אייך מיאוס צוריקשליידערן אין פנים.

איך וואלט אייך גארנישט געזאגט אויב עס וואלט געווען אייער'ס א זאך און נישט געהאט קיין שום שייכות מיט אונז. למעשה אבער איז מעגליך אז פון דעם ריזן-עצרת וועט ארויסקומען א גרויסע רעה פאר אונז אויך.

לאמיר נישט מאכן קיין הקדמות נאר תיכף צוגיין צום פונקט, 100 פראצענט אמעריקאנער האבן נישט קיין שום פראבלעם אז אין ארץ ישראל איז פארהאן א דרעפט. אמעריקע האט אויך געהאט א דרעפט ביים צווייטן וועלט קריג און ביים וויעטנאם קריג. אסאך לענדער אין די וועלט האבן דרעפטס און קיינער קומט נישט פראטעסטירן אין אמעריקע און פארלאנגען אזיל-רעכט ווייל מען וויל זיי נעמען אין מיליטער.

יעצט אזוי, ווען איר וואלט אנגענומען די סאטמארער שיטה וואלט איר נישט געהאט קיין שום פראבלעם. איר וואלט אייך אויפגעשטעלט און געשריגן, "מיר טוען נישט אנערקענען אין די מדינה, מיר נעמען נישט קיין געלט פון זיי, מיר האבן נישט קיין שום שייכות מיט זיי, מיט וואספארא רעכט האבן זיי צו קומען אונז צווינגען צו גיין אין מיליטער? מיט וואספארא רעכט צווינגען זיי אונזער יונגע בחורים איינצושטעלן זייערע לעבנס." דאס וואלט געווען א טענה וואס דער גוי וואלט פארשטאנען. עכ"פ, וואלט ער נישט געהאט א פראבלעם דערמיט.

אבער למעשה טוט איר נישט דאס, נאר איר קומט אהער שרייען אז איר ווילט נישט אז די בחורים זאלן גיין אין מיליטער און איר זענט קעגן די געלט-סאנקציעס וואס די מדינה וויל ארויפשטעלן אויף ענקערע מוסדות און ישיבות.

על כן, זייט געווארנט אז דאס וועט נישט ארבעטן. אמעריקאנער גוים קוקן זייער אראפ אויף מענטשן וואס ווילן נאר נעמען אבער גיבן גארנישט צוריק. פאקטיש זענען אנטיסעמיטן אלעמאל פארנומען אראפצורייסן דעם חרדי'שן עולם אין אמעריקע, מיט די זעלבע טענות, אז מיר באקומען צופיל הילף פון די גאווערמענט און גיבן כמעט גארנישט צוריק. די אנטיסעמיטישע טענה איז לעכערליך, אבער מיט אייער טענה אז איר דארפט באקומען געלט און הילף פון ענקער מדינה אבער איר ווילט אז דווקא בני הישיבות זאלן זיין פריי פון גיין אין מיליטער וועט איר אריינלייגן ווערטער אין מויל פון די אנטיסעמיטן.

די טענה אז ערליכע אידן דארפן לערנען די תורה איז פעלזן-פעסט פאר אונז פרומע אידן, אבער דער אמעריקאנער גוי פארשטייט דאס נישט. ביי אים איז נישטא אזא מין זאך אז רעליגיעזע מענטשן זענען פריי פון א חוב וואס ליגט אויף יעדן איינעם.

אמת טאקע מדינת ישראל צווינגט סטודענטן צו גיין אין מיליטער (א זאך וואס איז נישט געווען אין אמעריקע) אבער איר קומט דאך נישט קיין אמעריקע פארלאנגען אז מען זאל אפשאפן דעם דרעפט פאר סטודענטן. איר ווילט דווקא אז בני הישיבות זאלן זיין פריי. נו אויב אזוי זאג איך אייך שוין, ס'איז א ברכה לבטלה. נישט נאר וועט עס גארנישט אויפטאן נאר די פרעסע דא וועט צעשמירן דעם עצרת אויף גאר א מיאוס'ן אופן און מיר אלע (אונז און ענק) וועלן ארויסקומען בזוי ומבוזה דערפון.

פון די אנדערע זייט איז כמעט הונדערט פראצענט זיכער אז אייער רעגירונג וועט זיך ווייניג צעקראצן פון דעם פראטעסט, און וועט אחרי ככלות הכל נאך אלץ אפשטעלן די הילף פאר די ישיבות וואס שיקן נישט די בחורים אין מיליטער. וואס וועט איר טאן א טאג נאכדעם נאכ'ן אויסניצן דעם לעצטן קויל אין אייער ביקס? איר זענט שוין געפארן קיין אמעריקע, און פראטעסטירט, אבער גארנישט אויפגעטאן. אלזא, עצה טובה פאר אייך, אנשטאט פראטעסטירן קומט קיין אמעריקע און מאכט פשוט א ריזן עצרת צו עפענען א מאסיוון פאנד רעיזינג קאמפיין פאר אלע ערליכע מוסדות אין ארץ ישראל, צו ערזעצן די געלטער וואס איר גייט יעצט פארלירן. דערנאך זאגט די מדינה לא מעוקצך ולא מדובשך. מיר דארפן נישט ענקערע טובות און מיר ווילן נישט גיין אין אייער מיליטער. אזא עצרת וועט פאראייניגן גאנץ כלל ישראל, פון אלע שיכטן און קרייזן, פון די צוויי סאטמארס ביז צו די ליטאים. עס וועט זיין דער גרעסטער קידוש ה' וואס איר קענט מאכן.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר