דערנאך האט מען געהערט א דרשה פון הגאון ר' משה שאול קליין שליט"א חבר ביד"ץ שבט הלוי וועלכער איז געקומען בשליחותו פון מורו ורבו פוסה"ד בעל שבט הלוי שליט"א, צום ערשט האט דער רב געזאגט שיינע דברי תורה, און דערנאך האט ער איבערגעבן די דברי שליחות וואס הגאון בעל שבט הלוי שליט"א האט אים געהייסן איבערגעבן צום מעמד. ארויסצוברענגען די נחוצות פון דעם בית חינוך לבנות, אז טראץ וואס בשנים קדמוניות איז נישט געווען קיין בית חינוך לבנות, אבער בדורינו איז דאס ממש חיי נפש, און נאר בזכות דעם בויעט מען כשר'ע אידישע שטובע על דרך התורה והיראה.

- הגאון ר' משה שאול קליין שליט''א.jpg (74.33 KiB) געזען געווארן 649 מאל
דאן האט מען ביראת הכבוד זיך צוגעהערט צו די דרשה נלהבה פון הגאון הגדול ראב"ד ירושלים שליט"א וועלכער האט אנגעהויבן מיט די ווערטער זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, אז אין א צייט וואס די רשעים מיינען אז זיי וועלן חלילה קענען צוברעכן דעם כח התוה"ק, אין אזא צייט איז דער רבי געקומען און ער רופט אויס אז מיר וועלן בויען א בנין לה' ולתורתו.
דער ראב"ד שליט"א האט ארויסגעברענגט די שמחה אז מ'קען בויען אזא בנין פאר מיידלעך וואו מ'וועט לערנען אויף די אידישע שפראך. און ער האט דערציילט וויאזוי דער חזון איש זצ"ל האט געשיקט געלט פאר די מוסדות פון רביה"ק זי"ע אין בני ברק ווייל ער האט געוואלט זיין א שותף דערין. דערנאך האט דער ראב"ד ארומגערעדט איבער דעם שווערן גזירת הגיוס וואס איז יעצט אויפ'ן סדר היום בארה"ק.

- הגאון הגדול ראב''ד ירושלים שליט''א.jpg (88.22 KiB) געזען געווארן 649 מאל
דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן מיט די צענטראלע פייערדיגע דברות קודש. דער רבי שליט"א האט צוערשט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די גרויסקייט פון שטיצן תורה בטהרה, ווי דער רבי האט דערמאנט בין הדברים אז די אלע ערליכע בתי מדרשים און בתי חינוך וואס זענען נישט געבויט געווארן מיט די הילף פון די רשעי הציונים וועלן לעתיד זוכה זיין נקבע צו ווערן במקום המקדש אין בית המקדש.
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דער בנין אדיר וואס גייט אצינד געבויעט ווערן דארף דינען פאר א מוסטער פאר אלע אנדערע מוסדות אז עס איז מעגליך צו בויען בנינים און אנגיין טאג טעגליך אן נהנה זיין משלחן איזבל במשהו, נאר מען דארף האבן די ריכטיגע רצון.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום נושא פון גזירת הגיוס, ווי דער רבי האט פייערדיג ארויסגעברענגט אז דאס איז א ריכטיגע גזירה אויף העברת הדת און מען איז זיך מחויב מוסר נפש צו זיין על קדושת שמו יתברך, און מען דארף זיין גרייט אויף יעדן סארט עונש סיי אויף תפיסה און אויך אויף פינאנציעלע שטראפן, דערנאך האט די רבי ארומגערעדט איבער די זוהמה פון די מיליטער וואס כל באיה לא ישובון, און האט די רבי שארף ארומגערעדט איבער די וואס ווילן מאכן פשרות אויף די שוואכערע בחורים.
דערויף האט דער רבי שליט"א דערמאנט דאס וואס ער האט געהערט פאר פופציג יאר צוריק מפה קדשו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, אז עס איז דא דריי גזירות אין ארצינו הק' וואס אויב וועט דאס ח"ו אויסגעפירט ווערן, דאן קען אן ערליכע איד נישט בלייבן וואוינען אין ארץ ישראל, און איינס דערפון איז דער גזירת הגיוס, האט דער רבי ארויסגעברענגט אז דאן זענען געווען אזעלכע וואס האבן דאס נישט פארשטאנען, אבער גענוי ווי ביי דאס ענין פון נעמען געלט ממקורות זרים האט דער רבי ז"ל דאן געשריגן אז אויב נעמט מען געלט פון די ציוניסטישע רעגירונג וועט די רעגירונג ווערן דער בעל הבית אויפ'ן חינוך, און דאן האבן אויך פילע אידן אנגעקוקט די זאך אלס א זאך וואס איז ווייט פון די מציאות, און היינט זעט יעדער ווער עס איז בעל הבית אויף די חינוך אין ארץ ישראל, ווען די רעגירונג זאגט דעות און זיי מאכן שינוים אין עניני החינוך. די זעלבע זאך מיט גיוס, האט דער רבי אויסגעשריגן "ווער עס פארשטייט, זעט אז אין די גזירה איז א גזירת גירוש אויף ערליכע אידן וואס ווילן מחנך זיין ערליכע דורות".
דער רבי האט ממשיך געווען ארויסברענגענדיגע נאכאמאל אז די גזירה איז נישט נאר א גזירה קעגן לימוד התורה, עס האנדעלט זיך איבער שמירת התורה ותרי"ג מצות, און אזוי האט די רבי ממשיך געווען א לענגערע צייט און דערנאך אויסגעפירט אז די מנהיגי ישראל דארפן זיין געווארנט נישט צו מאכן קיין פשרות, ולהזהיר גדולים על הקטנים, צו זיין גרייט אויף מסירת נפש אויף שמירת התורה והמצות, און אויב גאנץ כלל ישראל אלע שומרי תורה ומצות וועלן זיך צוזאמנעמען כאיש אחד בלב אחד און דאס אויסשרייען פאר די גאס, וועט די ממשלה זען דאס פעסטקייט פון כלל ישראל, דעמאלטס וועלן זיי נישט מצליח זיין אויסצופירן זייער ביטערע גזירה, וגזירה עבידי דבטלי אזוי ווי עס איז בטל געווארן בשעתו פאר זעכציג יאר צוריק די גזירה פון גיוס בנות נאר פאר דעם איינעם טעם ווייל די רעגירונג האט געזען דעם כח הציבור דאס אנטשלאסענקייט און דאס פעסטקייט פונעם ציבור. דאס זעלבע דארף מען היינט צו טאגס אויסשרייען ס'זאל יעדער איינער פארשטיין אין די רעגירונגס פענסטערס, אז ס'וועט זיי נישט געלונגען מבטל צו זיין נישט קיין בחורים און נישט קיין אינגעלייט, דעמאלטס בעזר שמו יתברך וועט די גזירה בטל ווערן, ולה' הישועה.

- פייערדיגע דברות קודש.jpg (66.93 KiB) געזען געווארן 649 מאל
דערנאך איז מען צוגעגאנגען צו לייגן דעם אבן הפינה, ווען הרה"ח הישיש מוה"ר יושע ווייס שליט"א פון בני ברק - וועלכער האט נאך זוכה געווען צו זיין א תלמיד פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין קראלי, און שפעטער געהאט די זכי' צו שטיין לימין רביה"ק זי"ע בהקמת המוסדות אין בני ברק – האט איבערגעגעבן דעם שאוועל פארן רבי'ן אריינצוגיסן די צעמענט אויף דעם צוגעגרייטן פלאץ.
בשעת דער רבי האט געלייגט דעם אבן הפינה האט מען געזינגען ווארימע ניגונים, דערנאך זענען די אנוועזנדע רבנים מכובד געווארן צו לייגן דעם אבן הפינה, און דערנאך די נגידים נדבנים פונעם נייעם בנין. און נאכדעם האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין דאנקענדיג דעם רבוש"ע אויף די חסדים ביז אהער, און בעטנדיג אויך אויף ווייטער.

- אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה.jpg (83.19 KiB) געזען געווארן 649 מאל
-אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה-