היסטארישע מועצת פארזאמלונג!!!!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

היסטארישע מועצת פארזאמלונג!!!!

שליחה דורך טיטאניק »

היינט איז געשען א היסטארישע זאך וואס איז נאך נישט געווען ביז היינט
עס האבען זיך ציזאמען גענימען אינטער איין דאך די 3 מועצות, חסידים ספרדים און ליטאים
ווי מען האט גערעדעט אין פלאנירט א פראטעסט קעגען די גזירת גיוס

עס איז דא צי שרייבען דערויף יאמען מיט אנוליזען און לשון הרע'לעך און סתם צימעס
אבער איך וועל ארויס ברענגען כמה טיפות מן הים, ואידך פירושא איז דער עולם מכובד אריינציקאכען דערינען

קודם איינס האט דער בעלזער רב זיכער געמאכט אז מען ווארט אויף עם, ווי נישט ווי האט ער דאס ליב, און ב"ה עס איז געלינגען מען האט טאקע געווארט אויף עם

דערנאך איז כדאי צי באמערקען אז ר' שמואל אויערבאך האט זיך אנגעריקט צים אסיפה כאטש די ליטווישע האלטען עם פאר א זקן ממרא, אבער עס הייסט אז ער איז געלאדענט געווארען דארך די חסידישיע גדולים
אבער ער איז געזיצען ווי א מצורע אליינס קיינער האט נישט געוואלט זיצען לעבען עם

דער סאדיגורא רבי האט סתם געווינען א לאטערי און כאטש ער האט קוים 4 מנינים אידען אין בית המדרש געבט מען עם די כבוד בזכות אבותיו צי דזשויען די קלאב

א נייע כוכב איז אפיר געקימען דאס איז דער באסטענער רבי, וועלכע האט געטענהט אז עם קימט אויך א זיץ אין מועצת ווייל זיין טאטע האט געהאט דארט א בענקל, די חורבן איז אז זיין טאטע האט כאטש פרעזענטירט עפעס אבער ער איז ליידער סך הכל א משמש בקודש אלץ פורים רב און ביי די לעצטע פאר זיצונגען האט מען עם געשיקט ליפטערען, און עם נישט אריינגעלאזט אבער משום מה האט ער יא באוויזען דאס מאל זיך אריינצישווערצען אויבענאן, אז דער סאדיגורער מעג פארוואס זאל ער נישט מעגען, מען רעדט דאך בסך הכל א חילוק פון פערציג מענטשען.....

וכל המרבהב לספר ביציאת מוצעת הרי זה משובח

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר