רעגן-פאל און טעמפראטור-רעקארדס פאר סענטראל פארק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

רעגן-פאל און טעמפראטור-רעקארדס פאר סענטראל פארק

שליחה דורך שמואל הלוי »

מיר אלע זענען דריי מאל א טאג מתפלל ברך עלינו את השנה הזאת, און מ'בעט אז ס'זאל זיין ושבעינו מטובה, ס'זאל זיין א זאט יאר, אזוי אויך ביי ר"ח בענטשן בעט מען אז ס'זאל זיין "גשמים בעתם", און אויך אין פארשידענע אנדערע זמנים בעט מען שטענדיג השי"ת אז ס'זאל ח"ו נישט זיין קיין טרוקעניש.

אבער אסאך מאל קען זיך דאכטן אז ס'האט דאך אזויפיל גערעגענט די לעצטע פאר טאג, אדער וואכן, ווי צב"ש אזוי ווי מיר שטייען יעצט, און דעריבער האט מען נישט אזוי ערליך אינזין ביי ברך עלינו, אבער פאר די עוורידזש פארן יאר איז מען היפש אונטערשטעליג, דעריבער עפן איך דעם אשכול ווי איך וועל אי"ה יעדן טאג אפדעיטן דעם עולם ווי ס'האלט די רעגן פאל אין ניו יארק סיטי, וואס עס ווערט געמאסטן אין סענטראל פארק מאנהעטן, צו איז מען אינטערשטעליג אדער ב"ה ס'איז דא א שפע, און אינאיינוועגס וועט מען שוין באריכטן צייט צו צייט פון אנדערע רעקארדס אין סענטראל פארק ווי צב"ש די טעמפראטור וכדו'.


---
נעכטן מיטוואך מאי 9 איז אין סענטראל פארק געפאלן 0.33 פון א אינטש רעגן.

די מערסטע רעגן פאר דעם טאג איז געווען 1.42 וואס איז געשאפן געווארן פאר 14 יאר צוריק אום יארע 1998.

פון אנפאנג מאי ביז יעצט איז שוין געפאלן 1.65 אינטשעס, בעת וואס אין עוורידזש איז די נומער 1.15, דאס מיינט אז דערווייל איז מען אין דעם חודש מיט 0.50 איבערוואגיק.

ווען מ'קוקט אבער אויפן גרעסערן בילד שטעלט זיך ארויס אנדערש, מ'איז נאך יעצט היפש אונטערשטעליג... פון אנפאנג יארע 2012 ביז יעצט איז געפאלן 10.77 אינטשעס, בעת וואס אין דורכשניט וואלט מען יעצט געדארפט האלטן ביי 16.75 אינטשעס, דאס מיינט אז מ'איז הינטערשטעליג מיט 5.98 אינטשעס (כמעט 6 אינטשעס).

פאראיאר אין די צייט האט מען שוין געהאלטן ביי 20.44 אינטשעס.

---
די העכסטע טעמפראטור נעכטן איז רעקארדירט געווארן 5:13 נאכמיטאג ביי 69 דעגרי, וואס איז פונקט די נארמאלע טעמפראטור פאר די צייט פון יאר.
די נידריגסטע איז געווען 57 וואס איז רעקארדירט געווארן 11:44 נעכטן נאכט (ביז 12:00 ביינאכט הייסט עס נאך איין טאג ביי די גוים) וואס איז מיט 5 דעגרי מער ווי די דורכשניטליכע נידריגסטע טעמפראטור וואס איז ביי 52.

דער אשכול פארמאגט 94 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר