רוסלאנד און אוקריינע אין מלחמה (צושטאנד)!!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

רוסלאנד און אוקריינע אין מלחמה (צושטאנד)!!

שליחה דורך לאליפאפ »

מיר אלע האבן מיטגעהאלטן די שטורעמישע פראטעסטן אין קיעוו אוקריינע, ווי דעמאנסטראטן האבן פראטעסטירט און נישט געוואלט נאכגעבן נאך וואס זיי האבן פארלאנגט אז אוקריינע זאל ענדערש זיך אנקניפן אינעם אייראפעישן פארבאנד ווי אינעם רוסישן מאסקווע. דער (געוועזענער) פרעזידענט וויקטאר יאנוקאוויטש האט ענדערש געצויגן גוט צו זיין מיט וולאדמיר פוטין און האט מיט א דיקטאטורישקייט געפריווט צו אונטערדריקן די שטורעמישע פראטעסטן, אין וועלכע פילע פראטעסטירער זענען אומגעברענגט געווארן.

פון דארט און ווייטער איז שוין מער געלאפן, די דעמאנסטראטן זענען פארוואנדלט געווארן אין רעוואלטירער און האבן איבער גענומען קיעוו, א אקט וואס איז געשטיצט געווארן דורך די מערב וועלט פירער, און האבן ארויפגעשטעלט א נייע רעגירונג אין שפיץ פון אוקריינע.

וויקטאר יאנוקאוויטש האט אין א פרעסע קאנפערענץ פון רוסלאנד געקלעימט אז ער איז ווייטער פרעזידענט פון אוקריינע און אז ער וועט זיך אומקערן, נאר כרגע קען ער נישט וויבאלד ס׳איז דא שטארקע מעגליכקייטן אז ער וועט אומגעברענגט ווערן ממילא מוז ער זיין אויף די זיכערע זייט און זיך אויסבאהאלטן אויפן מאמענט.

וויבאלד די גאנצע שערורי׳ וואס האט זיך געשאפן איז געווען וועגן רוסלאנד איז פאר אירע אינטערעסן געווען צו דערקלערן אז זיי אנערקענען נישט די נייע פירערשאפט אין קיעוו, און אז וויקטאר יאנוקאוויטש פארבלייבט פרעזידענט. אין א דראסטישן אקט האט רוסלאנד אריינגעשיקט שווערע טויזענטער סאלדאטן אינעם קריימיע ראיאן וועלכע געהערט פאר אוקריינע מיטן אויסרייד אז דער אוקריינער פרעזידענט יאנוקאוויטש האט זיי געבעטן דערפאר אין א שריפטליכע בריוו צו פרעזידענט וולאדמיר פוטין.

קריימיע איז א געגנט ווי 58 פראצענט איינוואוינער זענען רוסישע און נאר ארום 26 פראצענט זענען אוקריינער, און כאטש וואס די אפיציעלע שפראך דארט איז אוקרייניש, רעדן דארט רוב איינוואוינער רוסיש, ממילא איז די רוסישע טרופן פרעזענץ זייער פאפולער געשטימט אין קריימיע און די רוסישע קרעפטן האבן נישט קיין שטער מצד די איינוואוינער אין קריימיע.

פארשטייט זיך אז די נייע אוקריינע רעגירונג שעלט און שימפט אז רוסלאנד זאל צוריקנעמען אהיים אירע עטליכע צענדליג טויזענט סאלדאטן, און פארלאזן זייער שטח, און אזוי טוען אויך די מערב וועלט פירער שארף פארדאמן רוסלאנד׳ס אריינמישונג אין די אוקריינער רעוואלט און סטראשען רוסלאנד מיט שווערע סאנקציעס טאמער ציט זי נישט ארויס אירע טרופן פון קריימיע.

די אוקריינער מיליטער שטייט לצד זייער רעגירונג קאמפס גרייט אין פאל רוסלאנד וויל מאכן א פרואוו און אנהייבן צו אקופירן חלקים פון קריימיע דורכן אוועקצווינגן די אוקריינער מיליטער - א שריט וואס זיי האבן נאך נישט גענומען, אבער בשעת׳ן שרייבן די שורות ווארענען אוקריינער אפיצירן אז זיי האבן יא שוין באקומען ווארענונגען זיך אפצורוקען פון זייערע פאזיציעס. די פרעזענס פון די רוסישע טרופן איז גאר א שווערער און עס לייגט זיך אויפן שכל אז זיי זאלן אנהייבן אקופירן בשם וויקטאר יאנוקאוויטש אין די נאנטע שעות שטיקער קריימיע.

האועווער שטייט רוסלאנד אויס שווערע פרעשור פון די אי יו, נאטא, אמעריקא, און ענגלאנד, אין וועלכע די פריערדיגע דראען גאר שארף אויף וועלכן מיליטערישן אקציע, און פארלאנגען אויך א באלדיגע ריקצוג פון רוסלאנד׳ס זייט.

נחי׳ ונראה!
בייגעלייגטע פיילס
030314-online-crimea-for-phone-1-522x293.jpg
030314-online-crimea-for-phone-1-522x293.jpg (10.75 KiB) געזען געווארן 2490 מאל

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר