מאלעזשיען עירליינס פליגער פארשוואונדן!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

מאלעזשיען עירליינס פליגער פארשוואונדן!

שליחה דורך לאליפאפ »

א אינטערנאציאנאלע אינוועסטיגעשן גייט אן אין די יעצטיגע שעות איבער א פארלוירענע מאלעזשיען עירליינס פליגער וועלכע איז פארלוירן געגאנגען גאר פלוצלינג זייענדיג אין די וויעטנאמער הימלען.

די פליגער MH370 האט זיך געהויבן אום 12:41 שבת אינמיטן די נאכט לאקאלע צייט פון די קואלא לאמפור לופטפעלד אין מאלעזשיע, און איז געווען ערווארטעט דעם זעלבן טאג אינעם בעידזשינג אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין כינע, אבער צום באדויערן זענען משפחה און פריינט פון די רייזנדע אויף פלייט 340 געבליבן ווארטן אויף זייערע נאנטע, און זיי ווארטן נאך אלץ אין א דערנעבנדע האטעל אין בעידזשינג.

וויבאלד היינט צוטאגס איז דאס א גאר זעלטענע פאסירונג אז א פליגער זאל קראכן אין די לופטן, נאך וואס די סיסטעמען זענען גאר פארגעשריטן און מעלדן שנעל איין וועלכע פראבלעם עס קען זיך נאר מאכן איז עס ווי געזאגט זעלטענע געשעעניש, ממילא שליסן די אויטאריטעטן נישט אויס די מעגליכקייט אז מ׳רעדט פון א טעראריסטישע אקט, בפרט אז עס איז געווארן אז צוויי פאסאזשירן אויפן פליגער האבן אויפגעשטיגן מיט גע׳גנבטע פאספארטן.

וואס מאכט די געשיכטע נאך מער מיסטעריעז איז אז די פליגער איז (געווען) א באואינג 777, א מאדעל מיט גאר גוטע מעכאניזם וואס האט זעלטן ווען אמאל געהאט מעכאנישע פעלערן אין די לופטן מיט אן אויסנאם פון איין פאל לעצטע יאר אין סאן פראנציסקא ווי אזא פליגער האט געהאט גאר א שווערן קראך לאנדונג אין וועלכע דריי קינדער זענען אומגעקומען, אבער אדערווייז איז דער 777 דער לעצטער נחשד צו ווערן אויף עפעס בייזן, וואס דאס מאכט מער מסתבר אז ס׳זאל האבן פארגעקומען עפעס מיט שלעכטע כוונות.

דער פילאט פונעם פלייט איז אויך נישט קיין לערנינג סטודענט פלייער, נאר א פילאט אין דעם פירמע פאר איבער 30 יאר און איז שוין געפלויגן 18,000 שעה.

אין דעם פאל זענען אויפן פליגער געווען 239 מענטשן פון פערצן פארשידענע נאצינאליטעטן, אריינגערעכנט צוויי בעיביס און צוועלף קרו מעמבערס ווען די פליגער איז גאר פלוצים פארשוואונדן געווארן פון העכער די דרום כינעזער ים ארום 2:40 שבת פארטאגס, אן איבערלאזן די מינדעסטע צייכן פון נויט אדער דאס גלייכן.

עטליכע לענדער אינעם געגנט האבן ארויסגעשיקט מיליטער לייט און רעטונגס אגענטורן אפירצוזוכן דעם מאלעזשיען עירליינס פלייט, אריינגערעכנט כינע וועלכע האט געהאט 160 בירגער אויפן פליגער, וויעטנאם אין וועמענס הימלען די ער׳ט פלאנען האבן זיך צום לעצט באוויזן אויף די ראדארן, און מאלעזיע צו וועמען די פליגער און פילע בירגער געהערן.

אין פאקט האבן די רעטונגס אגענטורן געטראפן צוויי אויל צייכענעס אין יענעם געגנט וועלכע זענען נישט צו א גוטער סימן, אבער חוץ פון דעם נישט קיין שפור פון א גאנצן, האלבן, אדער פערטל עראפלאן. ס׳איז אינטערעסאנט צו אנדייטן אז די וועטער אינעם געגנט ווייזט צו האבן געווען א קלארע און בכלל נישט קיין שטורעמישע אין יענעם צייט אויף יענעם ארט.

עס כאפט א שוידער ווען מ׳דערמאנט זיך ווילאנג עס האט גענומען ביז מ׳האט געטראפן א שפור פונעם עיר פראנס פליגער אין 2009 נאך וואס זי איז אין א ענליכן פאל פלוצלינג פארשוואונדן געווארן פון די ראדארן ערגעץ העכער די אטלאנטיק.

בשעת איך שרייב די שורות איז פארהאן עטליכע הונדערט משפחות וועלכע ווארטן צו הערן א ברעקעלע אינפארמאציע, און די אויגן פון די מידיע און פון די גאנצע וועלט איז געוואנדן קיין אזיע צו הערן וועלכן באריכט איבער פלייט 370.

דער אשכול פארמאגט 145 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר