נייעס טידביטס פון מאנסי, ספרינג וואלי און אומגעגענט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

נייעס טידביטס פון מאנסי, ספרינג וואלי און אומגעגענט

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך מערץ 26, 2014 4:21 pm

מאנסי:
א 22 יעריגער היימלאזער פארשוין האט זיך נעכטן ביינאכט אריינגעבראכן אין די היימישע "בית בלומא רחל" מיידל שולע.
ווי די פאליציי געבן איבער האט "דשאשיא ריאס קאלאן" ארויסגעטאנצן פון א פענצטער אויפן ערשטן שטאק, PM10:30 נאכדעם וואס א ארבייטער פון די שולע האט אים געטראפן דארט.
מען האט אים געפונען אין א בוידעם פון א נאכגעלאזטן הויז, א בלאק אוועק פון די שולע אויף רט. 306.
מען האט עם אנגעקלאגט אויף דריטע גראד בורגלערי, אין אויך אויף קרימינאלע אדורכגאנג (TRESPASSING)
ער איז געבליבן אין תפיסה איבערנאכט נאכדעם וואס ער האט נישט געקענט צאלן די צעהן טויזענט דאללער בעי"ל, וואס די ריכטער אלען סיימאן האט אוועקגעשטעלט.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2650 מאל

קרע"ש אין ספרינג וואלי

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך מערץ 26, 2014 4:22 pm

ספרינג וואלי:
א פרוי איז פארוואונדעט געווארן נאכן ארייקראכן איר אוטו אין א לאקאלע בעקעריי.
פאסירט האט דאס דינסטאג נאכט, ווען א פרוי האט אריינגעזעצט מיט איר טיאטע, דורך די "געשעפט פראנט" פון די לאקאלע "איבען אייזער" קאריביען בעקעריי אין ספרינג וואלי.
די פרוי האט מען ארויסגעצויגן פון די אוטו, נאך וואס די פייערלעשער האבן אויפגעשניטן די דאך, און געארבעט איבער א שעה איר ארויסצוראטעווען.
פאליציי געבן נאכנישט איבער די אורזאך פונעם קראך, נאר אזוי סאך אז זי איז געווען די איינציגסטע אין די קאר.
די גאנצע סטאר-פראנט איז חרוב, די אנדערע געשעפטן אין די פלאזא זענען אומבארירט.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2650 מאל

קיאטי אטאקירט פרוי!

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך מערץ 26, 2014 4:50 pm

ארענזשבורג נ.י.
אויטאריטעטן אין ראקלענד קאונטי געבן איבער אז א פרוי איז אטאקירט געווארן פון א קיאטי (COYOTE)
52 יעריגער מערי לואה גארדנער איז געגאנגן וואקן איר הינטל מיטן נאמען דשאזמין, פאר זיבן אזייגער אינדערפרי, ווען א 50 פונטיגער קיאטי איז איר אקעגן געלאפען און אטאקירט אויף איר פיס. שכנים זענען ארויסגעקומען מאכן קולות צו איר פארטרייבן, ווי אויך האט זי שנעל אויסגעטוהן איר מאנטל אין פארטריבן די קיאטי פון איר, וואס איז אנטלאפן צו איר בעקיארד, און איז צוריקגעקומען צו פארצוקען די הינטל, ווען עס איז דערשאסן געווארן צום טויט דורך די פאליציי.
די פרוי איז אפגעפירט געווארן צום נייעק שפיטאל.
די ראקלענד קאונטי דיפארטמענט פון געזונט, געבן איבער אז די בעל חי איז נבדק געווארן פאר "רעיביס", און די טעסט איז צוריקגעקומען פאזעטיוו.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2650 מאל

קאר אריינגעזעצט אין פאליציי טרעקל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג יולי 13, 2014 6:01 pm

א 21 יעריגע שיכורה, האט אריינגעזעצט אין א ראמעפא פאליציי קאר, בשעת די צוויי פאליציי אפיצירן זענען געשטאנען אויף די גראז לעבן די סייד-וואלק, אויף רוט 59. רעדענדיג צו א פארשוין וואס זיי האבן אפגעשטעלט.
די פאליציי קאר האט דערנאך אריינגעזעצט אין די צוויי אפיצירן, וואס האבן געליטן לייכטע וואונדען, אין מען האט זיי אריינגעפירט קיין "גוד סעמעריטען" האספיטאל אין סאפערן.
די פרוי האט מען אויך אריינגעפירט אין שפיטאל, און דערנאך ארעסטירט, אויף DWI קלאגעס.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2650 מאל

2 שיכור'ע גנבים געכאפט הייס האנטיג!

הודעהדורך יין שרף » זונטאג יולי 13, 2014 6:09 pm

פרייטאג האבן ראמאפא פאליציי געכאפט א 2 גנבים הייס-האנטיג, ווען די "גנבים אלארם" האט זיך צופיפען פון א הויז אין "טשעסנאט רידש".
פאליציי האבן ארפגעשיקט 2 אפעצירן, וואס האבן געפינען צוויי שקצים באראבעווען די הויז.
איינער Jermin Fordyce פון ניו דזערסי וואס איז אנגעקלאגט געווארן אויף DWI, צווייטע גראד בורגלערי, האבן קרימינאלע כלים אין פאזיציע, און נאך אנקלאגעס.
די צווייטער Corey Degroat, אויך פון ניו דזערסי, איז אנגעקלאגט געווארן אויף צווייטע גראד בורגלערי.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2650 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:04 pm

אן אינטרעסאנטע ספעקטאל האט זיך אפגעשפילט, ווען די ראקלענד קאונטי שעריף לואיס פאלקאו האט געמאכט א פרעס קאנפערענס פארענט פונעם קאונטי עקזעקעטיוו עד דעי׳ס אפיס, צו אנידערשרייען די בודזשעט וואס די עקזעקעטיוו האט באשטימט פאר די קומענדיגע יאר 2015, ווייל עס שניידט גאר אסאך פאנדינג פונעם שעריף דיפארטמענט. (די עקזעקעטיוו איז זיין כמו-boss)
ער טענה׳עט אז די עקזעקעטיוו׳ס שניטן פון כמעט 7 מיליאן דאללער וועט פארמאכן די ארסאן יוניט, קריים סין יוניט, באמבע סקוואד יוניט, און נאך פילע עליטע איינהייטן.
א ווארט זאגער פאר עד דעי זאגט אבער אז די עקזעקעטיוו אלס געוועזענע NYPD אפעציר ווייסט גוט נישט צו קאמפראמיסן מיט די זיכערהייט פון די פאליציי.

אזוי צו אזוי צורייסט זיך עד דעי מיט אסאך פאליטיקאנטן, נאכוואס עס איז שוין לאנג דא ריס צווישן אים מיט די היימישע מאנסיער געמיינדע (אפילו מיט די ״אויפגעקלערטע״ ווואס וואוטען אקעגן די עסטעבלישמענט...) און ווי אויך איז ער שוין לאנג צוריסן מיט די סטעיט סענאט און די קאונטי לעגיסלעטאר.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2650 מאל

הודעהדורך shem-tov » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:10 pm

מאנרא:
איינער האט אן אנונג וואסע פשט פון די נידריג פליענדע העליקאפטער יומם ולילה די לעצטע פאר טעג. דאס קריכט פשוט אויף די נערווען ווילסט איינעם ארעסטירן. ארעסטיר שוין. וואס וויל ער מיט זיין ארום האווערן. בין איך דער איינציגסטער וואס הערט עס ?.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 4:33 pm

אפשר וויל דער פעטער מרמז זיין אז ער האלט אן אויג.
לאמיר האפן אז ס'וועט נישט זיין (ח"ו) אן איבער חזר'ן פון די "סאמעט" פרשה...!
אינז מיין מיר אז אין רוסלאנד האט מען נאכגעקוקט...וד"ל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15339 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8738 מאל

הודעהדורך לך לך » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 6:31 pm

וואס איז געבליבן מיט די מאנסי וואלן ווער האט געווינען פארלוירן?
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:30 pm

קאלטבלוטיגער גנב איז געכאפט געווארן רויט האנטיג! נאכן לקח'נען א 84 אינטש הויעכן אויגעבלאזענעם שניי מענטש!
Jeffrey Meyers א 41 יעריגער גוי פון בלאוועלט נ.י. האט פרובירט צו גנב'ענען די "אינפלעטעבל" שניי מענטש, 4:25 אינדערפרי, ווען א פאליציאנט איז פונקט אריבערגעפארן, און אים געזעהן זיך מיטשענעדיג אריינצולייגן די אויפגעבלאזענעם געשטאלט אין זיין דאדש 2004 מיני-ווען, געווארט אפאר מינוט אין זיין קאר, ווען די פאליציאנט האט אים געזעהן פרובירן אוועקצופארן מיט אפענע טירן אנהאלטענדיג שטארק די שניי מענשט מיט וועלכע ער איז געפאלן אין ליבע, וואס האט קוים אזוי גע'פיט' אין זיין קאר.
די פאליציי קלאגט אים אן אויף בערך זיבן! קלאגעס, און מען האט אים ארויסגעלזט אן בעיל...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2650 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:57 pm

און אנדערע נייעס האט די גייסטליכע פירער פון א שטעטל אין ראקלענד קאונטי (קרעדיט @berlbalaguleh ;) :lol: ) געדארפט אויפגעבן זיין אפעציעלע פלאטעס (official plates) נאכוואס די נייע סיסטעם מיט די לייסענס פלעיטס וועלן דארפן האבן סימנים אדער ארויסגעשריבן וואס דאס איז. למשל די אמבולאנסען וועלן שטיין דעראויף אמבולאנס, פייער דעפט. וועלן האבן רויטע פלעיטס וכדו'.
די איינציגסטע פלעיט וואס ס'איז פארבליבן פארן פיררער איז געווען פון די סאנאטיציע דעפט...
ס'איז ערווארטערט א יום תפילה אויפן בזיון ועלבון התורה, כולנו למערכה!
untitled.png
כאן קודם שחטאו
untitled.png (202.29 KiB) געזען געווארן 3104 מאל
IMG-20141208-WA0001.jpg
כאן לאחר שחטאו
IMG-20141208-WA0001.jpg (54.6 KiB) געזען געווארן 3104 מאל
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2650 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:03 pm

יין שרף: ייש"כ. און איך מיין אז "אמבולאנס" וואלט זייער גוט געפאסט אויף די רעבבי'ס אפישל פלעיט. ווייל ער האט ב"ה א סאך פעישנטס. אויכעט איז ער א וועטערינעריען. ער נעמט קעיר פון א סאך קעלבלעך און קיען. אויכעט פון כלבים. אוי. קעי. די כלבים זענען זיינע. זיי באקומען זייערע סעודות מבית המלך... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15339 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8738 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 2:33 pm

אינטערעסאנט: כ'האב אויך געקלערט וואס די גייסטיקער פון ראקלענד וועט טוהן מיט די פלאטע אישו, אבער נעכטען האט איך געזהען א נייע פלאטע נאר מיט'ן שם הכולל 'אפיציאל' ווי די אמאליגע גיטע יארן, איך בין נייגעריג ווער עס האט זיך געקאנט ארויסדרייען פון די נייע גזירה, אבער דאס איז אמאל זיכער אויב עס איז דא א יוצא מן הכלל וועט דאס אויך זיין אין ניי סקווירא
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 759
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 426 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:04 am

ארמד ראבערי אין ספרינג וואלי אויף רט. 59!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2650 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:13 pm

דעם פארגאנגענע ערב שבת זענען ארום געפארן אנדער קאווער פאליציי אין סקווירא אין פארטיילט טיקעטס פאר פארלעצער , זיי האבן אראפ גע"פאלט" א יוד פין מאנסי וואס איז פינקט אריין געפארן אין סקווירא, דער יוד האט זיי געגעבן א פאלטשע נאמען אין ער האט געהאט סוספענדירטע לייסענס ולא זו בלבד. ער האט געהאט אן ארעסט ווארענט פין רעמעפא פאליס אין אזוי אויך פין ניו דזשערזי פאליס . הארט פאר שבת איז ער באפרייט געווארן אדאנק די שתדלנות פין דעם דעפיוטי מאיארררררר.. (קרעדיט יענקל פאטאקי). ר'ישראל משה שפיטצער ,
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1483
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3898 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:14 am

א נאמען ביטע, ווי אויך וואס איז געווען די טרעסט ווארענט? אז די קענסט נישט אויס לייגען פולע אונפא ביזטו נישט קיין געוואגט יונגעל
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1731 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:55 am

אנטשולדיגט פארן נישט אפ דעיטען אין צייט . דאס משלים זיין מסכת יבמות בשלימות האט מיר נישט געגעבן קיין געלעגענהייט דא צי זיין דורכן טאג, היינט איז פארגעקומן וויכטיגע וואלען ווי מען האט געוואט פאר דעם פרישן באנד פין די סקול דיסטריקט וואס זיי האבן געוואלט באשטעטיגן .דאס באשטייט פין 40 מיליון דאלער !! צי צילייגן צים באדזשעט פין 209 מיליון דאלער .וואס וועט גיין (בלויז)פאר פאבליק סקולס ווי בוילער מעינטענענס איבער מאכן די ראדס אין פארענט פין די סקולס ,וואס דאס וועט באצאלט ווערן מיט אינזער טעקס געלט וואס דאס מיינט לדוגמא אז איינער וואס צאלט יעצט 10.000 $ יערליך וועט צי לייגן נאך א 2.000 $ יערליך !!! פאר די נעקסטע פיר יאר !! רבותי לאמיר מאכן א ויצקו געוואלדעס פארוואס ווען עס קימט צי אנהאלטען זייערע פאזיציעס דרייען זיי איבער די שטאט ווי כאילו עס איז א חוב קדוש אין זיי זענען דא לטובתנו וכו וכו , אבער יעצט ווען עס קימט צי אינזער אפ געשפארטע פריטות הערט מען נישט קיין פיפס פין זיי... איך פארשטיי אז זיי קענען נישט זאגן בפירוש מען זאל וואטען ניין אבער כאטש ברמז . איך מיין ווען עס קימט צי מאכן אדער שפארן אן איבריגן דאלער פארשטייט אינזער ציבור אפילו ברמיזה קלה.. ,עסקים שעמט אייך פארשטעקט אייך פאר בושה .רבותי מיר זענען נישט קיין מעקעלעך לאמיר זיך לאזן הערן . איך האף אז עס איז נישט אדורך איך האב נאך נישט באקומן קיין אפדעיטס . דיטעילס טא פאלאו ,
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1483
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3898 מאל

הודעהדורך מעקס » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 2:06 am

מען האט יעצט געהערט פון אלע אונזערע "עסקנים" צו וואטען יא אויפן רעפרענדום.
באניצער אוואטאר
מעקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 1:25 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 1:37 pm

זיי מוחל אין פרעג זיי א הסבר פארוואס מען דארף וואטען יא , ראלניצקי זאגט א סברה ווי באלד פראזערוו ראמאפא וואט ניין זאלן אינז נישט זיין אינאיינעם מיט זיי אין די בלעים , אבער איך האב שוין געשריבן אז דא גייט נישט גיין קיין ניקעל פאר יודען עס גייט בלויז פאר פאבליק סקולס , אין עס גייט געצאלט ווערן פין אינזער טאש ..!!
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1483
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3898 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג פעברואר 08, 2015 12:22 am

דער לעדזשעסלעיטער פין ראקלענד רעזיגנורט פין זיין אמט אויף מיסדאמינער קלאגעס אין גייט שמאכטן 8 וויקענדס (וואס דאס איז ווייס איך נישט) אין חד גדיא ,
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1483
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3898 מאל

הודעהדורך עזריאל » זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

וועלכער לעגיסלעיטאר? ס'איז דא מער ווי איינס
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1731 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 9:14 pm

דער קאונטי עקזעקוטיוו 'עד דעי' זאגט ער גייט זיך נעמען צו די אומלעגאלע דירות

Monsey, NY - New Initiative To Target Illegal Housing In Rockland
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג מערץ 08, 2015 9:45 pm

אין די מינוט האט א קאר אראפ געקלאפט א פארשוין אין פארנט פון רפואה העלט סענטער אויף 45 נארט מעין סט'
נאט קאנפירמט ריפארט זאגט אז די קאר איז אוועק געפארן.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1483
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3898 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג מערץ 09, 2015 1:04 am

דער וואס איז געווארן אראפ געקלאפט איז א איד ר' שלמה משה דיימאנד פון מאנסי לרפו"ש. נא להתפלל בעדו. באטייליגטע געבן איבער אז דער וואס האט אים אראפ געהאקט איז געקומען צו פארן מיט א שנעלקייט פון כמעט 50 מפ"ש !! און דער פארוואנדעטער איז געפלויגן צענדליגע פיס !!!
די מצב איז געווען קריטיש. אבער עס האט זיך פארבעסערט אביסל ב"ה.
די דרייווער א יוד / גוי ? איז אוועק געפארן פון די צענע.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1483
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3898 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 09, 2015 12:56 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער וואס האט אים אראפ געהאקט איז געקומען צו פארן מיט א שנעלקייט פון כמעט 50 מפ"ש !!

אויב געדענק איך גוט איז דער ספיד דארטן 45 מפ"ש, סאו די עוולה פון פארן אויף 50 איז נישט געפערליך.
אן עוולה איז יא פארן אוועקפארן!!
עס איז אויך וויכטיג צו וויסן אויב דער איד האט געהאט א רעפלעקטאר?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט