מצרי פארלאנגט קאמפענסאציע פאר די עשר מכות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4315 מאל

מצרי פארלאנגט קאמפענסאציע פאר די עשר מכות

שליחה דורך יואליש »

אין די עגיפיטישע טאג-צייטונג אל-יאמי אל-יאסי שרייבט קאלומניסט אחמאד אל-גאמלי אז די אידן ברויכן ווערן אנגעקלאגט צו באצאלן קאמפענסאציע פאר די פיזישע, פסיכילאגישע און פינאנציעלע שאדן וואס די צען מכות האבן אנגעברענגט אויף דאס מצרי'שע פאלק.

פילייכט אין א פארזיך צו אויסמיידן גביהא בן פסיסא'ס לעגאלע ארגומענט אז די מצריים זענען גאר די וואס זענען שולדיג פאר די אידן פאר די שקלאפן ארבייט, טענה'ט דער שרייבער אז פרעה איז שולדיג אויף די אידן'ס ליידן פון קענכטשאפט, נישט דאס פאלק. און דאס פאלק האט נישט פארדינט די קאנסקווענצן פאר פרעה'ס אומרעכט.

אויך פארלאנגט אל-גאמלי אז די ווערטפולע נדבת המשכן זאל אומגעקערט ווערן צו די מצריים, ווארום פון ווי האבן די אידן געהאט די אלע ווערדפולע מאטריאלן אין א נאקעטע מדבר? בהכרך קומט דאס פון די מצריים. ס'איז נישט קלאר אויב די אנקלאגע וועט פארלאנגן רעסטיטוציע אויך אויף די תחש.

דער שרייבער רופט מ'זאל ניצן אלע "לעגאלע מיטלן." ס'איז ערווארטעט ער שיקן אן הזמנה לד"ת צו התאחדות.

http://www.jewsnews.co.il/2014/03/28/eg ... l-plagues/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר