הרב ברוך עקיבא גרינבערג ז״ל, פראפעסאר אין טורא קאלעדזש

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הרב ברוך עקיבא גרינבערג ז״ל, פראפעסאר אין טורא קאלעדזש

שליחה דורך אנאליזירער »

עס איז שבת נפטר געווארן הרב ברוך עקיבא גרינבערג ז"ל פון קראון-הייטס.

הרב גרינבערג איז געווען א גאר אינטערעסאנטע פערזענליכקייט, פון איין זייט איז ער געווען א חסידישער איד, זיך האלטנדיג פאר א וויזניצער חסיד, און פון דער אנדערער זייט איז ער געווען אן אקאדעמיקער און פראפעסאר.

ער איז געווען א תלמיד פון פאנעוויזשער ישיבה, און א תלמיד חביב פון דעם וויזניצער רבי'ן בעל אמרי חיים זצ"ל.

פאר לאנגע יארן איז הרב גרינבערג געווען א פראפעסאר אין טורא קאלעדזש, וואו ער האט מיט זיין איידעלע באנעמונג און פאטריארכאלישן געשטאלט גענאסן פון א געוואלדיגער יראת הכבוד און רעספעקט.

הרב גרינבערג האט געלערנט מיט סטודענטן מערערע קורסן, ווי אמעריקאנער היסטאריע, פובליק רעדן, און אנדערע. ער האט שטודירט סאציאלאגיע, און האט כמעט געענדיגט זיין דיסערטאציע אויף דער טעמע וויאזוי עס שפירט צו זיצן ביי א חסידישן טיש. ער איז אויך געווען א מומחה אויף מוזיק, און א שטארקער ליבהאבער פון קלאסישער מוזיק.

יארן צוריק איז הרב גרינבערג געווען אן ענגליש-לערער אין מונקאטשער ת"ת אין בארא-פארק, פון וועלכע די היינטיגע תלמידים רעדן נאך מיט נאסטאלגיע איבער וויפיל זיין האבן קונה געווען.

הרב גרינבערג איז געווען א קוראזשפולער מענטש, און האט זיך געשלאגן מיט א סך שוועריגקייטן אין זיין לעבן. ער האט עטליכע מאל איבערגעלעבט קענסער, ווי אויך אן עקסידענט.

די לויה גייט ארויסגיין היינט 2:30 נאכמיטאג פון שומרי הדת טשאפעל אין בארא פארק.

שבעה וועט אפגעהאלטן ווערן ביי 1650 פרעזידענט סטריט, # 3-I.

יהא זכרו ברוך.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר