בעלגיע: גרויסע מפלות לאנ"ש - מ.א.פרידמן פייערט זיג בפרלמנט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
שלום-וברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

בעלגיע: גרויסע מפלות לאנ"ש - מ.א.פרידמן פייערט זיג בפרלמנט

שליחה דורך שלום-וברכה »

גרויסע מפלות נאך די וואלען היינט אין אנטווערפען ממש אויף אללע געביטן, נאכדעם וואס קיין איין איינציגער פון די פאליטישנ'ס וואס די היימישע עולם האט געלייגט די לעצטע האפנונג זענען ניישט אריין אין פארלאמענט און זענען ליידער אללע געבליבן אינגאנצן אינדרויסען און ס'נישט געבליבען פאר זיי קיין שום דריסת הרגל.

די גרויסע סכסוכים און די געוואלדיגע פירוד הלבבות וואס ס'הערשט יעצט דארט האט ליידער צוגעברענגט צו די רעזולטאטען. עס איז נאך אין די היסטאריע פונעם חרדישען אנטווערפען נישט געווען אזא שפל המצב.

דער גרעסטער געווינער אויפן פאליטישען פראנט פון די בעלגישע וואהלען איז ווי באקאנט די רעכטע פארטיי NV-A אונטער די פיהרונג פון זייער פארזיטצער בארט דע וועווער, וואס איז לכל הדעות דער צוקינפטיגער ראש הממשלה פון בעלגיע, וואס עס איז געווען אזעלכע וואס האבן זיך געמאכט אילוזיעס אז ווען ער וועט ארויפקומען אויף דער מאכט וועט ער קענען לייכטערע מאכען די גזירות.

היינט נאכט איז געקומען דער גרויסער שאק ווען מען האט געהערט אין די נייעס אז משה אריה פריעדמאן ומשפחתו איז געווען דער יידישער גאסט און געפייערט צוזאמען דעם גרויסען זיג ביי די פייערליכקייטען פונעם גרויסען זיג פון די פארטיי, און איז אויפגענומען געווארען מיט גרויס כבוד.

דער צוקינטפטיגער ראש הממשלה האט שוין סוף וואך אין די מידיע געלאזט פאללען ווערטער אז ער וועט אללעס אנווענדען אויסצופירען די נייע געזעטצען-גזירות.

עס איז איבעריג א יעדעס ווארט צו פארשטיין די משמעות הדברים.

דער אשכול פארמאגט 68 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר