אבלאווע אויף די בחורים פון ישיבה אור תורה 4:00 פארטאגס!!!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5133 מאל

אבלאווע אויף די בחורים פון ישיבה אור תורה 4:00 פארטאגס!!!

שליחה דורך ראשעקאל »

#אויפרייס!!!! #אבלאווע!!! #דראג באסט!!!!

דאנערשטאג פארטאס 4:00 גאנץ מאנסי איז איינגעהילט און א שטילקייט אלעס שלאפט פיין און רואיג....
אבער און ישבות אור תורה/שאץ האט מען איינגעשפאנט אלע משגיחים מגידי שעורים מנהלים אלע אלע האבן זיך א לאז געטון אויף איינמאל איבער די דאמיטארי מיט קולי קולות אויפגעוועקט יעדעם איינעם און מיט די פארקנייטשטע פיאות מיט די פעטע נעזער פארקלעפטע אויגן פארהארטעוועטע פארגליווערטע שפייעכץ רויטע צייכענעס אויף די שטערן אזוי יעדעם אראפגעיאגט און בית מדרש. מהאט זיך מיט יעדעם באנומען ווי ער איז די פארברעכער אליין. און בית מדרש ביים באלעמער איז שוין געשטאנען די ראש ישיבה אליינס. מיט פריש געמאכטע לאקעלעך ער גרעפסט שוין פון זיין קאווע... ווי נאר יעדער איז געזיצן אוו בית מדרש האלב אנגעטון יעדער קען נאכנישט אפן האלטן די אויגן פון די שטעכעדיגע פליצלינגדיגע ליכטיקייט. ביי אלע אריינגענג פון בית מדרש שטייען עטליכע פארביסענע משגיחים און אין יוצא ואין בא!! סהערשט א טויט שטילקייט אז א חלק בחורים הייבן אן אנידערפאלן זייער מידע קעפעלע אויפן טיש טייל הייבן אן דרימלען..... אבער פלוצלינג!!!!!! א משגיח לויפט אריין און בית מדרש מיט א זאק.... לויפט צום ראש ישיבה און לייגט עס אראפ אוין באלעמער! די ראש ישיבה עפענט אויף די זאק און נעמט ארויס פון דארט אכט! יא איר לייענט גוט!!! די נאמבער "8" סמארט פאון'ס! מיט גרויס כעעעס! הייבט ער אן זעצן אויפן בימה! די גאנצע מקום ווארפט זיך! און מיט א מעכטיגע קול וואס האט געלעכערט יעדע פינטל שטילקייט האט ער זיך גענומען אויסרופען יעמוד...!! פלוני בן פלוני! א געלעקסי עקסיהבט!! שגץ ארויס פון בית מדרש!!! פאק דיר פעק און פאר אהיים!! ווייטער.. יעמוד הבחור החשוב פלוני... א LG ארויס פון דא!!!!! און אזוי ווייטער אלע אכט בחורים זיך געפאקט פעק און די ראש ישיבה האט אויסגעשריגן "ככה יעשה לאיש!!!!!!! " זאל יעדער זעין וואס מטוט מיט אזא איינער! מווארפט אים ווי א הינט אויפן גאס 4:25 פארטאגס און פארטיג!

Cp
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר