ברוך דיין האמת: 3 בחורים אין א''י געקידנעפט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך מודה אני » מיטוואך יולי 02, 2014 1:59 pm

אינטערסאנט קיינער ווייסט נישט דערפון נאר שאולזון ???????????
מודה אני השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי ואשר אתה עתיד לעשות
מודה אני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 4:18 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 02, 2014 2:33 pm

petergrifin האט געשריבן:רבותי. איך קיק אויף די בילדער און ס׳רײסט שטיקער. איך זעה מײנע ברידער און שװעסטער שטײען אין צער.
איך זעה די זעלבע מענטשען די זעלבע אידן װאס זען אויס אזוי װי איך מײן װײב טאקע אין אנדערע קאלירטע
קלײדער אבער די פנים איז די זעלבע. נישט קײן ציונים נישט קײן מתנחלים נישט קײן מזרחית׳ן אדער מאדערנער
נאר מײנע ברידער און שװעסטער װאס שטײען און קלאגן פאר צער. אונז זענען ארום גענומען מיט רוצחים ימ״ש
װאס זעהן אויך נישט קײן חילוק צװישן קאלירטער קלײדער און זײ פארגיסען אידיש בלוט–אונזער בלוט.
תירוצים פארװאס זײ טוהן עס האבן זײ אן א שיעור אבער למעשה מײנען זײ אונז אלע ה׳י. אלע חשבנות
און פאליטיק גײט נישט מאכן קײן גרויסע חילוק נאר אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. הי׳ד

דעיס איז דאך מיין טענה צו די אלע אחינו בני ישראל התועים, וועלכע רעדן זיך איין און ווילן איינרעדן פאר אנדערע אז זיי גייען אין דרך הקנאות און פאלגן נאך די שיטה הקדושה פון סאטמאר רבי זצ"ל. (פון די נטורי קרתא'ניקעס האבן מיר דא נישט גערעדט. זיי וועלן נאך אמאל צאלן א טייערן פרייז. נאר איך האלט אז זיי זענען נישט מזרע ישראל. נאר עפעס א ספחת. א צוטשעפעניש, וואס האטציך ליידער אריינגעמישט אין כלל ישראל אין משך פון די דורות.). די פאלעסטינער רוצחים ימ"ש זענען נישט מבחין צווישן א סאטמאר'ער חסיד און א . ציוני. זיי פרעיגן קיינעם נישט צו ער גייט אין די שיטה אדער נישט. צו ער קען דעם ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה אדער נישט.נאר זיי הרגנ'ען א יעדן איד וואס איז זיי מעיגלעך. ממילא דארפן מיר אינז אויכעט נישט מאכן קיין חילוק. און די אלע נארישע, נאאיווע מענטשן וועלכע רעדן זין איין אז אויב מ'וועט אריינלייגן אן עד אין ניו יארק טיימס אז אינז ערליכע אידן זענען קעיגן די ציונים, דאס וועט צוריקהאלטן די אראבישע רוצחים ימ"ש פון זייערע רציחות. דאס איז אלעס נארישקייטן. בעלאני. די נאציס, ימ"ש האבן אויכעט נישט געמאכט קיין חילוק. זיי האבן פונקט אזוי אריינגעווארפן אין גאז קאמער אן ערליכן, חסידישן איד ווי א מזרחיסט אדער א פרייער ציוני.... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :| :( :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13150
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8361 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך יולי 02, 2014 2:40 pm

טיטאניק האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:שאולזאהנ׳ס מעשיות ?

דער שאולזאן איז משוגע אבער ער האט א מהלך
אין כאן המקום להאריך בו אבער דער שאולזאן האט זיך א אגענדע,
1) "זיינע" קביעותדיגע קרבנות וואס ער בייסט זיי טעגליך (די קרבנות זענען באצאלטע קרבנות)
2) מאכען הייליג חב"ד
3) סתם קרישקעלעך
4) נייעס וואס מען שיקט אריין (ליין: קליינע חסידוסער באצאלען עם צי לייגען פארפעגאנדע פאר זייער רבי\חסידות)
מען קען קלאר זען ביי יעדע געשרייבעכטץ אין וועלכע סעיף דאס גייט אריין
דער סאסווער איז נישט קיין קרבן זיינער "קיינמאל"
דער סאסווער איז נישט קיין חבד'סקער
דער סאסווער איז נישט קיין קירשקעלע נייעס
דער סאסעווער איז נישט קיין שונא פון קיין כבוד און עס שטערט עם נישט צי ווערען הייליג אויף די חשבון פון די המון עם, ענק זעען ר' דוד אביחצירא ווייסט נישט? מישקאלץ ווייסט נישט? אלישיב ווייסט נישט? מהרא"ש חלומעט? אבער איך האב "יא געוויסט"...... :פורים2: :פורים: :פורים:
נישט געזארגט, באלד גייען קימען די בעלזע זאגען די זעלבע, און די מענדעליסטען אויך (סקווירא האט א פראבלעם מיט די חלות וואס ער האט געשיקט :P )
איך מיין נישט גארנישט פרעסענעל קעגען דער סאסווער כאטש ער האט ליב צי מאכען די שטיק, אבער וואס מיר שטערט איז די פאקט אז די אדמורים מיינען אז זיי קענען זיך נאר בויען אויף אידיש בליט, יעדער ווייסט אז "קיינער" פליט נישט "קיינער" ווייסט נישט, כ'מיין וועלכע נארמאלע מענטש דאכט זיך א רגע אז דער מישקאלצער אדער דער סאסובער אדער סיי וועלכע רבי מיט א אנגעפרעסענע כרס ווייסט וואס טיט זיך אין הימעל? קאט דע קרעפ! :לאךהויך:
נאר? זיי האפען אז עס וועט זיין צוויי דריי תמימותדיגע משוגעים וואס וועלען עס קויפען און עס מפרסם זיין ווייטער און אפשר וועט מען קענען מאכען נאך אפאר דאלער
ספעציעל איז דאס גרינג יעצט ווען דער עולם איז צימישט און פארווייטאגט איבער א צרה אין די צייט פון בילבול המוחות קען מען כאפען מוחות....
למשל איר וועט זען ווי ר' מעכל ניקשלבורגער גייט די וואך ביי שאלעשידעס וויינען בכיות נוראות ממש עד אפיסת הכוחות כדי מען זאל מיינען אז אויף זיינע אקסלען ממש ליגט צרות ישראל....... פון זיינע ווערטער וועט מען מיינען אז ער איז ממש געזיצען שבעה די לעצטע טעג און במשך די 18 טעג האט ער געפאסט און געוויינט תיקון חצות.......
אדער דער בערלאנד פון אפריקע גייט אפיר קימען מיט א גאנצע פשעטעל אז ער האט געוויסט ווייל מען האט געזען זיין צורה אין די גראז פון חלחול
נאכדעם גייט קימען דער ספינקער ר' אביש געבען א גאנצע שמיס אז דער טאטע האט עס שוין מרמז געועען מיט יארען ציריק............. :בלאבל:
אדער גייען די צאנזער חסידים קימען זאגען אז דער צאנז-נתניה רבי האט געזאגט אין די "שיחות קודש" אז זיי גייען עס נישט איבערלעבען (אזוי ווי זיי האבען מפרסם געווען נאכדעם וואס דע יונגערמאן ווינד איז געהארגעט געווארען האבן זיי געזאגט אז ווען אהרן מרדכעלע האט געשמיסעט מיט דער צאנזער האט דער צאנזער האט דאס מרמז געווען ביי זיין שמיעס...... בהמה איינער! אויב האט ער געוויסט פארוואס האט ער נישט אפענערהייט געווארענט? רוצח וואס ער איז :evil: )
ווארט נאר ווארט עס גייען קימען גאנצע נביאות'ער מיט הספדים פרעגט נישט

אבער דאס וועט קיינער נישט קענען אויפווייזען אז זייער רבי האט געמאכט א יום תפילה אין זיין ישיבה, נישט געגעסען קיין פלייש די 18 ביטערע טעג, געזאגט ח"ח פרקי תהילים, געגאנגען צי די לויה, דאס אלעס נישט, ווייל בעצם גייט זיי אן צרות ישראל ווי מיר גייט אן צרות אינדיע ופאקסיטאן, אבער ווען עס קימט צי שאלעשידעס טוירע און צי דרשות שיעורים וכו' דארט גייען זיי שוין יא וויינען און שרייען און שפילען א געים ווי כאילו עס האט זיי אמאל וויי געטין

עניוועי איך פרעג אלע אדמורים: פארוואס מיזט איר זיך בויען נאר דארעך צרות ישראל? ווילסט זיין א גרויסע רבי? בבקשה אבער נישט אויף די חשבון פון אידיש בליט :twisted: :twisted: :evil: :twisted:



ענדליך איז איינער מבאר רבי בערל'ס סמייליס... :lol: :lol: :x :P :oops: :evil: :twisted: :roll: :roll: :shock: :o :( ;) :) :oops: :גוווט: :קראץ: :ugeek: :ביי :דאבללייק: :קראץ: :שפעט: :פארנומען: :געוואלד: :נישטמסכים: :לאךהויך: :בלאבל: :קיל: :מיד:
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2010
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

הודעהדורך טיטאניק » מיטוואך יולי 02, 2014 4:52 pm

מודה אני האט געשריבן:אינטערסאנט קיינער ווייסט נישט דערפון נאר שאולזון ???????????

סאסוו זיכט א קראספעדאנט אין קאווע שטיבעל
איינער איז גרייט?
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1270 מאל

הודעהדורך שרייבער » מיטוואך יולי 02, 2014 5:34 pm

האדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט יעצט געזאגט א דרשה אין ישיבה איבערן מצב אין ארץ ישראל.

מ'קען עס הערן אויף קול סאטמאר

א אויסברוך פון טיטאניק איז ערווארטעט מיט שפאנונג
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך טיטאניק » מיטוואך יולי 02, 2014 5:42 pm

איך קען נישט ציפיל שרייבען איך דרייוו יעצט ארויף צי אינזערע בלאטיגע מתנחלישע בערג אין ניו יארק
אבער קודם דארף איינער דא שרייבען זיינע קולות עלי גליון
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1270 מאל

הודעהדורך מ גפני » מיטוואך יולי 02, 2014 5:44 pm

טיטאניק האט געשריבן: בלאטיגע מתנחלישע בערג אין ניו יארק

:like :like :like :P :P :P :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יולי 02, 2014 6:39 pm

די הייליגע ווערטער פון כ''ק רבינו שליט''א בנוגע דעם ביטרען אומגליק פון די 3 הייליגע קדושים זענען קולירין לעניים, דער רבי שליט''א האט ארויסגעברענגט וואו אזוי א ערליכע יוד דארף אנגעקיקן דעם ביטערן אומקליק, ברוך שמסר עולמו לשומרים, געלויבט איז דער הייליגער באשעפער אז מיר קענען נאך הערן די ריכטיגע דעת תורה וואו אזוי א יוד דארף טראכטען נאך אזעלכע ביטערע אומגליקן, די הייליגע ווערטער זענען ווי א שירעם אינטערן מבול פון כפירה ומינות וואס ווערט געגאסן פון טיטעניק - כהנא און זיינע נאכשלעפער! עס איז כדי אויסצוהערן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מיטוואך יולי 02, 2014 6:56 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1839 מאל

הודעהדורך עפל סיידער » מיטוואך יולי 02, 2014 6:49 pm

באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

הודעהדורך שרייבער » מיטוואך יולי 02, 2014 7:35 pm

באקומען אין אימעיל:
(אנטשולדיגט פאר די ענטערס, געקאפיט פון PDF)

מספד מר בקול נהי ובכי
יחד עם דברי הבהרה על המצב בארצינו הקדושה
מכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
יום ד' פרשת בלק שנת תשע"ד לפ"ק בהיכל המתיבתא בקרית יואל יצ"ו


דוד המלך זאגט אין תהלים קאפיטל קי"ט, שקר שנאתי ואתעבה -
דוד המלך זאגט אויף זיך ער האט פיינט שקר, ואתעבה, איך וועל עס
פאר'מיאוס'ן, א לשון פון תועבת השם - תורתך אהבתי.
א ביטערע אומגליק
איך וויל מיך שטעלן דא אויף א מאורע וואס האט ליידער פאסירט,
עס ווייסט יעדער איינער אז אין ארץ ישראל איז ל"ע גע'הרג'עט געווארן
אויף אן אכזריות'דיגן אופן דריי נפשות מישראל, ה' ירחם.
וירב בבת יהודה תאניה ואניה, ווען עס פאסירט אן אומגליק בארצינו
הק' מיט אידישע קינדער, בלוטיגט יעדעס אידיש הארץ. הקב"ה איז זיך
מצער בצערתן של ישראל, און אזוי אויך איז כלל ישראל זיך מצער,
יעדער איינער לפי ערכו. און בכלל דעם זעמיר אונז אויך בצער גדול פון
אזא ביטערע אומגליק. ס'איז נישט איין נפש, נאר ס'איז דריי נפשות. ווען
ס'פאסירט אזא שרעקליכע אומגליק טוט וויי יעדע אידיש הארץ, און
יעדע אידיש הארץ איז מתאבל אויף צרות ישראל, און אויף די קרבנות
וואס ס'פאלן נעבעך, ה' יאמר לצרות ישראל די.
אן אבילות פאר כלל ישראל
כנהוג אין משך פון די ימי אבילות, וועלן נתרבה ווערן מנחמים, אפילו
אזעלכע אידן וואס קענען בכלל נישט די משפחה, און האבן קיין שום
שייכות נישט מיט זיי, אבער וועלן פילן אן אבל, און ווי מען זאגט ס'איז
אן אבל פון כלל ישראל, און יעדער איינער דארף ארויסווייזן די הרגשים,
ווען ס'פאסירן אזעלכע שרעקליכע אומגליקן, קרבנות, אידישע נפשות.
אבער מיטן גרויסן ווייטאג, און ווי פארביטערט כלל ישראל זאל
נישט זיין, ווייל סוף כל סוף זענען נעבעך גע'הרג'עט געווארן דריי
אידישע נפשות, דארף מען אבער אויך קוקן אביסל מיט א ניכטערן בליק
און אריינגיין אביסל טיפער אין דעם ענין.
ווער האט מתיר געווען וואוינען אין א מקום סכנה?
ווי געווענליך פארציילט מען נייעס, איינס פון די נייעס, די עלטערן
האבן מספיד געווען די קינדער, נעבעך ל"ע. לעניות דעתי צו זאגן,
אנשטאט א הספד, דארפן זיי זיך מתודה זיין און זאגן אשמנו בגדנו!, און
זיך קלאפן אויפ'ן הארץ על חטא, ווען זיי האבן ליידער א חלק אין דעם
ביטערן אומגליק.
ווער האט זיי מתיר געווען צו גיין וואוינען, צו מאכן א ישיבה אין אזא
מקום סכנה?, צווישן רוצחים וואס זענען שוין מוּעָ דִ ים!, איז שוין נישטא
אין ארץ ישראל קיין פלאץ וואו צו וואוינען נאר דארט?, איז נישטא אין
ארץ ישראל קיין פלאץ וואו צו מאכן א ישיבה, וואו בחורים זאלן לערנען,
נאר אין חברון?, ווער האט מתיר געווען אריינצולייגן זיך אין אזא
מורא'דיגן מקום סכנה, מפקיר צו זיין זיך, נפשות ביתו, די קינדער, זון און
טעכטער, אלעס וועגן די תאוה און די יצר הרע וואס ווערט אנגערופן
שלימות הארץ, ציונות מהדרין מן המהדרין.
מען מוז ליידער זאגן, די עלטערן זענען נעבעך שולדיג!, זיי האבן
גורם געווען די רציחה פון די אייגענע קינדער!.
אידן זענען נישט קיין רוצחים!
איך וויל נישט זאגן ווייטער וואס איז נאכדעם געשען, מען האט שוין
געטראפן א גע'הרג'טן גוי. ס'איז דא א חשש אז יד ישראל באמצע, בתורת
נקמה. מי יודע די תוצאות פון אזעלכע פעולות, אידן אין די גאנצע
וועלט, אין אלע מדינות העולם זענען אין א סכנה פון א חשש נקמה ה'
ירחם, עס איז צו האפן ס'זאל זיך ארויסשטעלן אז דאס איז די בני
ישמעאל אליינס.
אבער אשרי אדם מפחד תמיד, שוין קרוב צו 2000 יאר זענען אידן
אין גלות, אין משך פון דעם לאנגען ביטערן גלות, זענען ליידער בעוה"ר
גע'הרג'עט געווארן טויזנטער, צענדליגער טויזנטער און הונדערטער
טויזנטער און מיליאנען, א סאך מיליאנען אידישע קינדער, שטענדיג
זענען אונז געווען פון די נרצחים, און נישט פון די רוצחים, און דאס איז
געווען אונזער שיינקייט. דער טאטע ז"ל האט דאס געזאגט אין סיגוט
באלד נאך די קריג.
דער פעטער ז"ל האט אונז אויסגעלערנט, ער האט אונז אריינגעגעבן
דעם ריכטיגן דעת, ליב צו האבן דעם אמת און פיינט צו האבן דעם שקר,
אין דעם דור עיקבתא דמשיחא, וואס חז"ל זאגן (סוטה מט:) האמת תהא
נעדרת, ער האט אונז אויסגעלערנט לוחם צו זיין מיט אלע כוחות קעגן די
כוחות השקר און צו זאגן דעם אמת, אפילו מען ווייסט עס וועלן קומען
פליען פיילן חצים ובליסטראות, און מען וועט שרייען שונא ישראל.
ווער הייסט א שונא ישראל
מיר דארפן וויסן א שונא ישראל איז דער וואס איז מפקיר נפשות
ישראל פאר די תאוה און פאר די יצר הרע פון ציוניזם!, א שונא
ישראל איז דער וואס עס טוט די פעולות נקמה!, ווייל מיט דעם איז
מען נאך מער מעורר די שנאה פון די רוצחים!, עס גייט נקמה תחת
נקמה אן א הפסק שוין יארן לאנג רחמנא ליצלן!.
און אויף דעם זאגט דוד המלך ע"ה, שקר שנאתי, איך האב פיינט דעם
שקר, נאר נישט בלויז איך האב פיינט דעם שקר, ואתעבה, איך וועל עס
ברבים אויסשרייען, יעדער זאל וויסן אז איך האב פיינט דעם שקר, מודיע
צו זיין פאר די גאנצע וועלט, אז יהדות החרדית ידם מסולקת פון דעם
אינגאנצן, נישט מיט ציונות, נישט מיט התנחלות, און נישט מיט די
נקמה.
דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער בכל מקום
שהם, בארץ ישראל בארצינו הק' ובגולה מכל צרה וצוקה, דער
אייבערשטער זאל העלפן ושבור עול הגוים ועול הגליות, עול הגוים פון
די רשעי הגוים, ועול גליות פון רשעי עמינו, און דער אייבערשטער זאל
שיקן דעם גואל צדק במהרה בימינו אמן.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך יולי 02, 2014 10:50 pm

ר"ל, אזאנע דברי רשעות צו רעדען בעת זייער בליט קאכט נאך אין זייער פרישע קבר. די ציבראכענע צישאסענע ערשיטערטע עלטערען, זיי זענען גאר די וואס זענען שילדיג אין די טראגישע רציחה, ידיהם שפכו את הדם הזה, רחמנא לשייזבן, אין די אלע עלטערען פון די קדושים פון קו 2 אויפן וועג צום כותל, זענען אויך שילדיג אין זייער קינדערס אומקום וואס?
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1087
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 899 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1129 מאל

הודעהדורך זיגמונד פרויד » מיטוואך יולי 02, 2014 11:33 pm

Does anyone remember the outrage when the despicable NY Post wrote "Who Didn't Want Him Dead" on Menachem Stark
זיגמונד פרויד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך זלמן זאפיר » דאנערשטאג יולי 03, 2014 12:57 am

סמבטיון האט געשריבן:ר"ל, אזאנע דברי רשעות צו רעדען בעת זייער בליט קאכט נאך אין זייער פרישע קבר. די ציבראכענע צישאסענע ערשיטערטע עלטערען, זיי זענען גאר די וואס זענען שילדיג אין די טראגישע רציחה, ידיהם שפכו את הדם הזה, רחמנא לשייזבן, אין די אלע עלטערען פון די קדושים פון קו 2 אויפן וועג צום כותל, זענען אויך שילדיג אין זייער קינדערס אומקום וואס?


ער האט לכאורה גענימען די רשעות פין זיין פעטער וואס האט באשולדיגט די אומשולדיגע ציונים מיט די רציחה פין 6 מיליאן יודען

סאו נעם דיך נישט צים הארצען
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך יואב » דאנערשטאג יולי 03, 2014 1:50 am

זלמן זאפיר האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:ר"ל, אזאנע דברי רשעות צו רעדען בעת זייער בליט קאכט נאך אין זייער פרישע קבר. די ציבראכענע צישאסענע ערשיטערטע עלטערען, זיי זענען גאר די וואס זענען שילדיג אין די טראגישע רציחה, ידיהם שפכו את הדם הזה, רחמנא לשייזבן, אין די אלע עלטערען פון די קדושים פון קו 2 אויפן וועג צום כותל, זענען אויך שילדיג אין זייער קינדערס אומקום וואס?


ער האט לכאורה גענימען די רשעות פין זיין פעטער וואס האט באשולדיגט די אומשולדיגע ציונים מיט די רציחה פין 6 מיליאן יודען

סאו נעם דיך נישט צים הארצען

שלום עליכם, שוין לאנג נישט געזען
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5819 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דאנערשטאג יולי 03, 2014 1:51 am

ערשטענס מעגסטו זאגן להבדיל ווען די גלייכסט צו ר' יואליש צו ר' ארענען, צווייטענס, ווי טיטאניק האט שוין פריער דערמאנט, ווייס איך נישט וואס ער האט געזאגט אין וואס זריעל אדער סענדער האבן געזאגט בשמו.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1087
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 899 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1129 מאל

הודעהדורך זלמן זאפיר » דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:10 am

סמבטיון האט געשריבן:ערשטענס מעגסטו זאגן להבדיל ווען די גלייכסט צו ר' יואליש צו ר' ארענען, צווייטענס, ווי טיטאניק האט שוין פריער דערמאנט, ווייס איך נישט וואס ער האט געזאגט אין וואס זריעל אדער סענדער האבן געזאגט בשמו.



אין דריטנ'ס ער שרייבט עס קלאר אין ויואל משה
אין ס'איז נישט קיין פראז פינעם שקרן זריל גליק

אין סתם פאר די אינטערסאנקייט טאקע איז ר' יואליש געווען טויזנט מאל שארפער ווי ר' אהרן אין די וועלט האט אים טויזנט מאל פיינט געהאט ווי ר' אהרן
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:08 am

מיט בערך אכצען יאר צוריק איז געווען א קאר קראך אין לאנדאן און א בחור ממשפחת חסידי סאטמאר איז נעבעך אומגעקומען. דער ראש פון דער אהרוני פארטיי (העי, אפשר וועגען דעם הייסט ער אויפ׳ן נאמען ׳אהרן׳ אלס הויפט גענעראל פונ׳ם ׳אהרוני׳ מיליטער) האט דעמאלס געהאלטען א פייערדיקע דרשה אז מ׳דארף טראגען א גארטעל אין א קאר? צו האט ער פארשטאנען אז בשעה שמתו מוטל לפניו איז נישט קיין צייט אזוי צו רעדען? ובפרט ווען דער טאטע פונ׳ם בחור האט א פאר דאללאר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8693
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8156 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 03, 2014 1:34 pm

ווען איז די צייטונג געווארן אזוי נישט צום זאך?!
די בלאט זאגט אז זיי זענען געשטארבען פון זיך אליין!
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (202.33 KiB) געזען געווארן 1708 מאל
image.jpg
image.jpg (226.7 KiB) געזען געווארן 1716 מאל
image.jpg
image.jpg (200.56 KiB) געזען געווארן 1716 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 03, 2014 1:57 pm

כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18102 מאל

הודעהדורך smartinof » דאנערשטאג יולי 03, 2014 1:59 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".

נכון, און די זעלבע פארקערט, און ישראלישע נייעס שרייעבן זיי אז זיי זענען געטראפען געווארען דורך צה"ל, איז דאס אויך, כדי נישט צו געבן צופיל כבוד פאר די ציווילע, און גרויס כבוד פאר די צה"ל
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:01 pm

וואס איז פשט פון די צייטונג פארן נישט שרייבען בחורים?! הכל מודים אז זיי האבען געלערענט אין ישיבה!
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך ממתקים » דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:58 pm

רעקציעס אין די איזראעלישע פרעסע צו דער דרשה פון דעם געוועזענער קרית יואלער רב

1

http://blogs.timesofisrael.com/do-not-d ... -emphasis/

2
http://www.jewishpress.com/indepth/opin ... 014/07/03/
ממתקים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 1:09 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » דאנערשטאג יולי 03, 2014 4:52 pm

די טריפלעט וואס האבן באקומען די נעמען פון די קדושים
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20140703-WA0068.jpg
IMG-20140703-WA0068.jpg (46.65 KiB) געזען געווארן 1608 מאל
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 540 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:18 pm

ממתקים האט געשריבן:רעקציעס אין די איזראעלישע פרעסע צו דער דרשה פון דעם געוועזענער קרית יואלער רב

1

http://blogs.timesofisrael.com/do-not-d ... -emphasis/

2
http://www.jewishpress.com/indepth/opin ... 014/07/03/

כנראה איז דער 'טיימס אוו איזרא'על' נישט אזוי גערעגט אויף דער סאטמארער רבי'ן אבער דער הרב אבינר מאכט א גוטע פאוינט.
ער ברענגט דער הלכה פון דשו בה רבים מתיר צו זיין וואוינען דארט, ווייל למעשה די סיכויים פון סכנה איז גאנץ קליין. איך בין אבער נישט אזוי זיכער ער איז גערעכט, ווייל דער דשו בה רבים איז נישט אזוי ווי אנדערע זאכען וואס מענטשען טוהן. למשל, טאמער איינער ווייל זאגען אז טרינקען סאד"א איז אסור עפ"י דין ווייל די אינהאלט איז שעדליך, קענסטו זאגען אז דשו בה רבים און אויף דעם איז דא א היתר פון שומר פתאים ה'. אבער וואוינען אין די שטחים, וואס רוב מענטשען גייען נישט דארט ווייל זיי האבען מורא פון סכנה, און די וואס גייען יא איז נישט ווייל זיי זענען פתאים, נאר ווייל זיי גלויבען אז ס'לוינט זיך און זיי טוהן פאר כלל ישראל און זיי היטען אפ אנדערע און זענען מקיים א מצוה וכהנה וכהנה, זענען נישט ריין פתאים און די סכנה איז נישט אוועק געווישט מיט א דשו בה רבים, וואס לכאורה מיינט אז זיי טוהן עס נישט וויסענדיגעהייט.
איך קלער נאר, איך בין נישט זיכער, און בכל אופן איז דער דרשה נישט אויסגעהאלטען און קעגען די הלכה אין שו"ע חו"מ סי' רכ"ח סעי' ד'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8693
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8156 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:27 pm

וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טריפלעט וואס האבן באקומען די נעמען פון די קדושים

נגיעה ביי א נדה האט א צד היתר?
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2433
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4994 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6805 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 8 געסט