ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1137 מאל

ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך

שליחה דורך טיטאניק »

קאווע שטיבעל איז א מקום וואס האט מגלה געווען יותר מטפחיים איבער די גסות רוח און די אימאראלישע אויפירונג פון אדמורים ורבנים, עס קימט זיך אסאך קרעדיט פאר קאווע שטיבעל צי געבען די פלאטפארמע פאר מענטשען צי דערציילען וואס זיי ווייסען און וואס זיי זען וואס זיי הערען און וואס זיי פארשטייען א סענט אדער צוויי פון די אימאראלישע התנהגות פון די אדמורים ורבנים וועלכע זיצען אין א וואגען וואס די בעלי עגלה זענען די אימפארשעמטע עסקנים
אסאך אסאך האט מען שוין גערעדט דא וועגען די בראך אז די "פני הדור" האט א ארגערע פנים פון די עקעלסטיגער הינט אין די וועלט, ליידער ליידער אלה ראשיך ישראל, א באנדע נידעריגע געספוילטע און אימערצויגענע מענטשען וואס פירען דעם דור לטמיון ולדראון עולם, יעדער רבי מיט זיינע קריאזען און גייסטישע קראנקהייטען איז גרייט צי טין דאס ארגסע אבי זיין אגענדע זאל ווערען אויסגעפירט, דער לינקער פרייער אדער דער שווייצער אנטיסעמיט וועט נישט זיך אויפירען ווי למשל דער רבי (פון אלפים! :evil: ) וואס האט גערעדט די געפערליכע טיפשותדיגע דיבורים וועלכע איז געווען מלא שנאה מלא רשעות ורציחה
(איך טראכט סתם אזוי, וואס וואלט דער רבי געטין ווען א רבי שטעלט זיך אויף און זאגט אז די סיבה פארוואס זיין אייניקעל גלאנץ האט באקימען יענע מעשה איז ציליב דאס וואס ער האט געמאכט אזאן מין גרויסע חתונה, אדער ציליב די שרעקליכע מחלוקות אין וואס ער נעמט א טייל? וואס וואלט סאטמאר געטין ווען איינער שטעלט זיך אויף זאגען אז די סיבה פארוואס מייזליש טאכטער פון מאנטריאל איז נעבעך אזוי טראגיש אימגעקימען איז ציליב די שרעקליכע חילול השם וואס סאטמאר האט אנגעחזערט אויף די וועלט יענע תקופה? ווען איינער זאל דאס טין וואס וואלט סאטמאר עם געטין?)
נחזור לעינינו, די ווארט "רבי" איז היינט א שם נרדף פאר א מענטש וואס האט אין זיך אלע שלעכטע מידות וואס איין מענטש קען נאר אריינעמען אין זיך, ווען איינער ריפט דיר "רבי" זאלסטי וויסען אז די דארפסט זיך זייער באליידיגען, ווייל רבי מיינט אלעס, מיינט רשע,גזלן,שקרן,רודף מחלוקות,הולך לעראכאות,רוצח,מאפיאנער,מחלל שם שמים ברבים,מאכיל נבילות וטריפות,נואף,מחלל שבת ויום טוב,דיקטאטאר,פאראזיט,אימערצאגען,עגאאיסט,כעסן,און די ליסטע איז לענגער ווי מען מיינט, די ווארט רבי איז א שם הכולל פון אלע ערגסטע טיטלען וואס מען קען געבען פאר א מענטש, דערפאר נעקסט טיים וואס עמעצער זאגט ענק די ווארט "רבי" זאלען ענק זיך באליידיגען........:lol:

שוין אז די מצב מיט רבי'ס איז שוין אזוי על הפנים, ווען דער בעלזער שלאגט זיך מיט זיינע מחותנים ווי א קליין ווילדער יונגעל, ווען דער סקווערער פארברענט מענשטען און גנבעט געלטער און זעצט איין תמימותדיגע מענטשען אין תפיסה, ווען דער קלאזענבארגער שרייט אויף פייער לעשער ווי א קראק, ווען דער סאטמערער שרייט פאר עלטערען וואס האבען באגראבען קינדער "רוצחים", ווען אין וויזניץ דינט מען עבודה זרה, ווען סקולען ווערט געפירט דארעך סעקסיסטען, ווען אין זוויעל ראצכעט מען זיך ביי לוויות, וכו' וכוכוכוכוכוכוכ' יעדען טאג זענען די רבי'ס ווידער אין די נייעס איבער א צווייטער סקאנדאל,
אין א צייט ווי דעם איז די מערסט פאסיג און ארגינעל צי ארויף לייגען פאזעטיווע נייעס פון אדמורים, נישט חלילה אז איך מיין זיי צי ריין וואשען מיט די גיטע נייעס, נאר אזוי ווי יעדע יוצא מן הכלל איז אינטערסאנט (למשל ווען א קאץ קען ארים שפאצירען ווי א מענטש, ווען א ציגעלע קען שרייען ווי א חזן....) די זעלבע גייט מהיום והלאה ווערען אינטערסאנט ווען מען גייט זען ווי א רבי פירט זיך אויף ווי א בשר ודם ווי א מענטש
יא און די אשכול גייט זיין געווידמעט נאר פאר מעשיות פון רבי'ס וואס פירען זיך אויף מענטשליך, די אשכול איז אויסדריקלעך נישט קיין צימעס מקום ווי יעדער חסיד שוטה זאל זיכען צי פראטעקטען זיין רבי און ארויף לייגען די מערסט מעשיגענע טהאט זיינער און עס קימען מטהר זיין מיט ק"נ שרצים, ניין, די אשכול איז נאר פאר זאכען וואס פאר א פרעמדער (נישט קיין חסיד) זאל עס אויך באווינדערען, נאר נייעס וואס איז פאזעטיוו אן קיין תירוצים, פלעין און פשוט נארמאלע זאכען
(למשל, ווען סקווערער רבי האט פארברענט מענטשען האבען די סקווערע געהאט א גאנצע פשעטעל פארוואס ער האט געטין די נארמאלסטע זאך, אדער ווען ר ארען ט"ב רעדט די דברי נאצה וואס רעגט אויף יעדער מענטש, זיינע חסידים האבען ק"נ שרצים דאס צי מטהר זיין, איך מיין אבער נישט די סארט "מענטשליכע זאכען" איך מיין נאר און נאר נאר זאכען וואס זענען לכתיחלה נארמאל אן עס דארפען מתרץ זיין :ניגון: :ניין: )

פון דא און ווייטער געב איך די ווארט פאר אלע ניק'ס צי ברענגען ווערטלעך, מעשיות, לינקס, קליפס, ריקארדינגס פון אדמורים ווען זיי פירען זיך אויך מענטשליך!
הצלחה! :קאווע: :בארד: :ווינק: :שלום: :געוואלדיג: :לשוןהרע:

דער אשכול פארמאגט 79 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר