שעפטל האט געשריבן:דער טינקעלער אפיציר האט זיך אויפגערעגט, און שרייט אויף אים "אההה ביזסט א ווייס-גיי?"
ענטפערט אים דער אינגערמאן, "בכלל נישט, איך זאג דיר נאר ס'אמת אין פנים".
דער געזעץ היטער האט זיך פארשווארצעוועט, און האט אים געעפענט די טיר, אויסשרייענדיג "דו ווילסט מיר לערנען דרך ארץ? איך וועל דיר ווייזן וואס דאס מיינט... ביזסט אנדער ארעסט!"
דער אינגערמאן, ניטאמאל וויסענדיג וואס ס'האט אים באטראפן, רופט זיך אן "אהער מיט דיין סופערווייזער! דו קענסט מיך נישט ארעסטירן סתם אזוי" (גראדע קען ער יא!!!!!!!!!).
אליצפן האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:דער טינקעלער אפיציר האט זיך אויפגערעגט, און שרייט אויף אים "אההה ביזסט א ווייס-גיי?"
ענטפערט אים דער אינגערמאן, "בכלל נישט, איך זאג דיר נאר ס'אמת אין פנים".
דער געזעץ היטער האט זיך פארשווארצעוועט, און האט אים געעפענט די טיר, אויסשרייענדיג "דו ווילסט מיר לערנען דרך ארץ? איך וועל דיר ווייזן וואס דאס מיינט... ביזסט אנדער ארעסט!"
דער אינגערמאן, ניטאמאל וויסענדיג וואס ס'האט אים באטראפן, רופט זיך אן "אהער מיט דיין סופערווייזער! דו קענסט מיך נישט ארעסטירן סתם אזוי" (גראדע קען ער יא!!!!!!!!!).
אזוי גאר??? זייט ווען קען די פאליציי ארעסטירן א מענטד סתם אזוי? לידיעתך איז נישטא אזא זאך. מ'קען נאר ווערן ארעסטירט פארן ברעכן א געזעץ, אדער אויפן חשד פון ברעכן א געזעץ. און זיין אן אויבער חכם קעגן א פאליציי מאן איז נישט קעגן דער געזעץ עז פאר עז איי נאו. אין פאקט, איך טוה עס אלעמאל...
פליקער האט געשריבן:א פאליס ברויך נישט אפגעיבן קיין דין וחשבון פארן ארעסטירן, ער זאגט ביזט אינטער ארעסט, ברויך ער נישט אהין רייסן מיט א זשורי אדער ריכטער, יעדער ווייסט אז זייט 1776 האט יעדער געפליעט נאט גילטי, מען פארטיידיגט זיך ביז דער ריכטער אדער זאגט שילדיג אדער נישט, קיינער האט נאך נישט קיינמאל איינגעזעין זיין שילד, על כן זיין א אויבער חכם אין אזא סיטוציע איז זייער א נערישער און לייכטזיניגער, און קורץ קעפיגע מוף
ברעט מענינג האט געשריבן:https://copy.com/ACfBajyQJGLvgP1b
רוח קדים האט געשריבן:פליקער האט געשריבן:א פאליס ברויך נישט אפגעיבן קיין דין וחשבון פארן ארעסטירן, ער זאגט ביזט אינטער ארעסט, ברויך ער נישט אהין רייסן מיט א זשורי אדער ריכטער, יעדער ווייסט אז זייט 1776 האט יעדער געפליעט נאט גילטי, מען פארטיידיגט זיך ביז דער ריכטער אדער זאגט שילדיג אדער נישט, קיינער האט נאך נישט קיינמאל איינגעזעין זיין שילד, על כן זיין א אויבער חכם אין אזא סיטוציע איז זייער א נערישער און לייכטזיניגער, און קורץ קעפיגע מוף
פליקער, ער ברויך יא. ס׳טע געהערט אזאנס. אז ער איז דער וואס ארעסטירט, זאל ער אפגעבן דין וחשבון. עפעס אונטער סטאלין-רוסלאנד? און בארואיגט אייך. ס׳איז זייער נארמאל אז דער אינגערמאן איז פשוט געווארן פראסטערירט, און דאס האט אים געשטיפט צו אן אומפאראויסזענדע ווידערשטאנד.
רוח קדים האט געשריבן:אין ניו יארק סיטי איז מען אייביג שולדיג, פלעין און פראסט צוליב דעם ווייל דער פאליסמאן האט אזוי געזאגט. זיצן אפאר אזוי-גערופענע ריכטער, און פארביטערן די מענטשהייט מיט זייער גאווה׳דיגן האמערל.
רוח קדים האט געשריבן:יעדן שני וחמישי קומט אפיר א נייעם קליפ, וואס מאניפעסטירט די ברוטאליטעט און גרוליגע אויפפירונג, מיט וואס די ניו יארק׳ע פאליציאנטן באציען זיך צו דער מענטשהייט.
רוח קדים האט געשריבן:ס׳דרייען זיך ארום ביליגע קאפס וועלכע זענען אויסן צו ווייזן זייער איגנאראנאישע מאכט פאר די אומבאהאלפנע מאטאריסטן, און טרעפן דאס פאר א וועג צו ערפילן זייער שווערע טשיילדהוד, צו הונקעדיגע שלום בית.
רוח קדים האט געשריבן:איך פערזענליך האב שוין געזען דעם פארקאקטן אפגעשליסענעם אפעציר צענדליגע מאל. ער איז א שוטה וגס רוח, און איז אן עקלהאפטיגן רשע. ניין, כ׳האב נישט געזאגט ער איז אן אנטיסעמיט; שטארק יתכן ער גייט זיך אזוי אום אויך מיט זיינע ארימע אומבאהאלפענע שווארצע ברודער.
רוח קדים האט געשריבן:לדעתי ווערן די גוטע אפעצירן מיסדשאדשט מיט דעם אלגעמיינעם בליק מענטשן האבן צו די רשעות׳דיגע קאפס. פאליציי איז א וויכטיגע זאך, מ׳ברויך זיי האבן.
מ׳ברויך אבער שטרענג אפיר נעמען יעדן פאל וואס פארלעצט רעכטן פון ציווילע, און באשטראפן יענע אפעצירן. יעדן טאג איז דא קליפס פון אנדערע פאליס ברוטעלעטי.
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'מיר א חידוש, נישט געוואוסט אז א טראפיק אגענט קען ארעסטירן.
אליצפן האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'מיר א חידוש, נישט געוואוסט אז א טראפיק אגענט קען ארעסטירן.
וואס פאלט דיר ביי אז ער איז א טראפיק אגענט? צו מיר זעהט ער אויס ווי א געהעריגע פאליציאנט.
אגב, איך בין נייגעריג פארוואס טאקע ער האט אים געוואלט ארעסטירן. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פשוט צוליב זיין א שטיקל אויבער-חכם זאל מען ארעסטירט ווערן. כ'מיין האבן מיר דאס נישט אלע שוין אמאל געטון? כ'קען נישט כמעט קיינער וואס פירט זיך אויף ווי א וואויל שעפעלע ביים באקומען א טיקעט.
קינד_אן_קייט האט געשריבן:דער איד איז אונז א ברודער אבער אויף די קליפ׳ס זעהט זיך נישט אן קיין עולה פונעם פאליסמאן, דער יונגערמאן האט זיך ערנסט בא׳נער׳ישט.
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט