אינטערנעט פיגורין ברענדא טוירטל שווער געשעדיגט אין עקסידענט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
המלוכה והממשלה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1135
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 1488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1888 מאל

אינטערנעט פיגורין ברענדא טוירטל שווער געשעדיגט אין עקסידענט

שליחה דורך המלוכה והממשלה »

די נייעס האט זיך שנעל געטראגען פון מויל צו אויער און פון מעסעזש גרופע צו מעסעזש גרופע. ברענדא טוירטל, די געוועזענע חרדישע פרוי וואס האט זיך באקאנט געמאכט אויף דעם אינטערנעט מיט אירע ווידיאו'ס און בילדער, איז שווער געשעדיגט געווארן אין א קאר עקסידענט. איר חבר מעקס מאסטער, אויך א געוועזענע חרדי, איז אויך פארמישט געווען אין דעם עקסידענט.

טוירטל איז געוועהן א פרומע ווייבל פון קרית יואל, פארהייראט און מיט איין קינד. נאכ'ן זיך צוטיילן פון איר מאן האט זי זיך ארויסגעלאזט אין א לעבן פון פירצות און גענצליכע אפנויג פון א פרומען לעבן. זי האט כסדר געלייגט אומאיידעלע בילדער פון זיך , און האט פראדיצירט שמיציגע ווידיא'ס וואס מ'קען ניטאמאל באשרייבן. זי האט פארלוירן קאסטאטי צו איר קינד נאכדעם וואס זי איז געטראפען געווארן אין א קאר טויט שיכור פון אלקאהאל און מאריוואנא.

זי האט אויך חוזק געמאכט פון כל הקדש לנו מיט אירע לצנות דרשות, און גאנץ לעצטענס האט זי געמאכט א בילד ווי זי טוט אהן תפילין אומאיידעלערהייט.

ליידער האט זי געהאט א פאלאאינג פון היימישע אינגעלייט, וואס האבן געזיכט צו האבן מיט איר א שייכות. און ווען זי האט געהאלטען אז מ'טרעט איבער די גבולים מיט'ן איר נאכגיין, האט זי יענעם באשמיצט אהן רחמנות.

ווי די נייעס פון איר עקסידענט איז באקאנט געווארען זענען גלייך אפירגעקומען די וואס ווייסן אייביג די חשבונות און הימעל און האבן אנגעוויזען אז דאס איז זיכער א שטראף אויף אירע מעשים. אנדערע האבן אנגעוויזן אז נעכטן איז נפטר געווארן אין וויליאמסבורג א אינגע מאמע פון פינף קינדערלעך די אינגסטע צוויי יאהר אלט - און קיינער קלערט נישט אז אונז קענען מאכן חשבונות אין הימעל.

אונטער אזא צורידערטקייט ווי ברענדא טוירטל באהאלט זיך זיכער א צובראכענע נשמה וואס האט גאנץ זיכער א רייע פיסכילאגישע פראבלעמען, און זיך נעמען דרשענען איבער די הימעלישע חשבונות איז לעכערליך און קאלטבליטיג.

עס איז מיין ווינטש אז טוירטל זאל זיך ערהוילן, און זי זאל דאס ניצן ווי א וועיקאפ קאלל זיך צו נעמען אין די האנט אריין. אויב נישט פאר זיך, כאטש פאר איר קליין קינד וואס דארף די ליבשאפט פון א מאמע.
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלסטעישן
נאר מייקעל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדאקעישען
נאר די סעקעלער געריכטן טוהן עפעס פאר יושר און צדק

דער אשכול פארמאגט 210 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט