א חסידישע יונגערמאן באצייכנט אין די פרעס "גיהנום אויף רעדער"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

א חסידישע יונגערמאן באצייכנט אין די פרעס "גיהנום אויף רעדער"

שליחה דורך איש עברי »

אין די היינטיגע נומער פונעם ניו יארק פאסט טעבלויד אונטערן קעפל "העל אן ווילס" גיהינום אויף רעדער, באריכטן זיי איבער א היימישע יונגערמאן פון בארא פארק וואס האט פארלוירן זיינע צוויי פיס אין א עקסידענט וואס - לויט זיי - גייט ארום פון ביזנעס צו ביזנעס און קלאגט זיי אן מיט לאו סוט'ס אויף אנגעבליכע פארלעצונגען אויף עקסעסיביליטי פארשריפטן.
ער האט שוין ביז היינט אריינגעגעבן געשוואלענע לאו-סוט'ס קעגן איבער 80 ביזנעסער, גרויסע און קליינע אויף ריזיגע סכומים, צווישן די געשעפטן ציילן זיך אזעלכע וואס עס איז זיכער אז ער נוצט דאס נישט ווי למשל א פוס פעדיקויר וואס ער קען נישט געברויכן ווייל ער האט נישט קיין פוס, און אזוי אויך א סטריפ קלאב.
די ניו יארק פאוסט מאכט מטעמים פון אים, און מאלן אים אראפ ווי א ביליגע שווינדלער וואס זוכט צו אויסנוצן זיין דיסעביליטי ארויסצורוקן געלט און נאך אנשטעלן א פנים פאר א קעמפער פאר דיסעביליטי רעכטן.
די ארטיקל שמעקט מיט היבשע האס וואס איז נישט קיין חידוש פאר די ניו יארק פאוסט, אבער ליידער אויב די פאקטן זענען אמת באגייט דער יונגערמאן א געפערליכע עוולה מיט'ן געבן שטאף פאר אנטעסימיטן און אנטי-חסידים, הגם מען קען טענה'ן אז עס איז זיין געזעצליכע רעכט און ער דארף זיך נישט אפהאלטן מפני השוטים שקלקלו, אבער לדעתי טראגט א מענטש א אחריות נישט צו פארשעמען זיין געמיינדע און אזא געפירעכץ פראוואקירט מענטשן און ערוועקט אנטאגניזם און אנטיסעמיטיזם, און מיט די פולע מיטלייד צו דעם יונגערמאן איז ער א רודף ער טראגט א אחריות אין אויפוועקן אנטיסעמיטיזם.
http://pagesix.com/2014/08/06/hell-on-w ... 1407353438

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר